אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע לבנון מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.4.6) (באט צוגעלייגט: ro:Războiul din Liban din 1982
שורה 26: שורה 26:
ישראל איז פארבליבן א לאנגע צייט אין לבנון, [[שיאט]]ישע טעראר גרופעס, האבן עס אויסגענוצט צו אטאקירן ישראל פאזיציעס, אין [[צור]] זענען 60 מענטשן אומגעקומען פון א [[כעזבאלא]] זעלבסטמארד אטאקע.
ישראל איז פארבליבן א לאנגע צייט אין לבנון, [[שיאט]]ישע טעראר גרופעס, האבן עס אויסגענוצט צו אטאקירן ישראל פאזיציעס, אין [[צור]] זענען 60 מענטשן אומגעקומען פון א [[כעזבאלא]] זעלבסטמארד אטאקע.


ביז 1985 האט ישראל זיך ארויסגעצויגן פון מערהייט לבנון, און זיך באפעסטיגט אינעם [[זיכערהייט זאנע]], און ביי יוני 1985 האבן זיך צה"ל זעלנער, מער נישט געפונען אין צענטראל לבנון.
ביז 1985 האט ישראל זיך ארויסגעצויגן פון מערהייט לבנון, און זיך באפעסטיגט אינעם [[זיכערהייט זאנע]], און ביי יוני 1985 האבן זיך צה"ל זעלנער, מער נישט געפונען אין צענטראל לבנון, און זיך צוריק געצויגן צום דרום חלק פון לבנון, אריינגערעכנט די [[בופאר]] פעסטונג]], .


פון דער זיכערהייט זאנע, איז די ארמיי ארויס אין יאר 2000, אויפ באפעל פון [[אהוד ברק]].
פון דער זיכערהייט זאנע, איז די ארמיי ארויס אין יאר 2000, אויפ באפעל פון [[אהוד ברק]].

רעוויזיע ביי 03:15, 13 יוני 2012

די ערשטע לבנון מלחמה האט אויסגעבראכן דעם 4טן יוני 1982, נאך א טעראר פרווו, וואס א פאלעסטינער טעראר גרופע האט געשיקט א בריוו באמבע צו שלמה ארגוב. הגם די גרופע וואס האט דורכגעפירט די אטאקע, זענען געווען קעגנער פון פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע, איר אנפירער איז אבו נידאל איז עס פארעכנט אלס די שטרוי וואס האט געבראכן דעם רוקן פונעם קעמל. עס ווערט אויך גערופן אין העברעיש, "מלחמת שלום הגליל", אדער פרידן פארן גליל קריג.

איידער דעם קריג

ישראל האט געהאט א פייער אפשטעל אפמאך, מיט דער פ.ל.א. פון 1981. אבער דאס שיסן ראקעטן אויפן גליל איז שטענדיק געווען א פראבלעם, וואס ישראל האט נישט געקענט פארשווייגן, דערפאר האט ישראל געוואלט פטור ווערן פון יאסער אראפאט, און זיין טעראר גרופע.

צה"ל האט שוין לאנג געהאט א פלאן פאר אן אקציע אין לבנון, וואס וועט ארויס העלפן די קריסן אינעם לבנון ברודער קריג. אבער געווארט פארן געלעגנהייט, נאכן אטאקע האט רפאל איתן, אויסגערופן פארן קאבינעט אבו נידאל אבו שנידאל געגנדיקט מיטן פי על או.

די אטאקע

די פערטע יוני, האט די ישראל לופט פלאט, אטאקירט פאלעסטינער צילן אין לבנון, די פאלעסטינער האבן גענטפערט מיט א מאסיווע באמבאדירונג, אינעם צפון פון ישראל. אויפן 6טן יוני האבן די ערשטע זעלנער אריבערגעשפרייזט דעם גרענעץ.

ישראל האט געמאלדן אז זיי גלייבן אין א גאנצע לבנון, און זיי ווילן שלום. אבער די סיטואציע האט זיי געצווינגען ארויס צוגיין אין א קריג. אנהייב איז די קריג געגאנגען ווי געפלאנט, און ווייניג פארווונדטע און אומגעקומענע. סיריע, איז אבער געווען פארמישט אינעם קריג, און שלאכטן צווישן די צוויי זייטן זענען פארגעקומען, מיטן אויבערהאנט פון ישראל. איינע פון די צילן פונעם מלחמה איז געווען, שוואך מאכן סיריע.

דער קריג

צה"ל האט געמאכט שנעלע פארשריט, אריינגייענדיג פונעם בארטן טייל, בערג אין צענטער, און טאל פון מזרח. און גאר שנעל אנגעקומען צו ביירוט, באלאגערנדיג די שטאט, וואס איז שפעטער געווארן, די ערשטע אראבישע הויפטשטאט, וואס ישראל סאלדאטן האבן איינגענומען.

זעלנער האבן אומגעברענגט עטליכע טויזנט טעראריסטן, ביז אראפאט האט קאפיטאלירט, און אנטלאפן אויף טוניס.

די קריסטליכע מיליציע גרופעס זענען געזען געווארן ווי אליאירטע, ווי די לבנון קרעפטן, וואס פון זיי איז שפעטער געגרינדעט געווארן צד"ל. וואס האבן ארויס געהאלפן די ישראל מיליטער, אין זייער קריג קעגן טעראר.

אויפן 31טן אוגוסט 1982, האבן אלע סירישע, און פאלעסטינע קעמפער, פארלאזט ביירוט. און אן אינטערנאציאנאלע כח איז אריינגעקומען, האלטן ארדענונג אינן דער לעבאנעזער הויפטשטאט.

ישראל דורכפעלער

באשיר זשומייעל, איז געווען איינער פון די צילן אינעם מלחמה, מנחם בעגין האט אים געוואלט זען אלס פרעזידענט פון לבנון, ווי איינער וואס וועט אונטערשרייבן א שלום אפמאך. 14טן סעפטעמבער איז ער אומגעקומען אין אן אטענטאט, אין די הויפטקוואטיר פונעם פאלאנגען פארטיי, און זיין ברודער אמין זשומייעל, האט אים איבערגענומען, ער איז אבער נישט געווען אזוי פרא ישראל ווי באשיר. צוויי טאג נאכן אומקום פון באשיר, איז פארגעקומען די סאברא און שאטילא מאסן מארד, וואס האט געברענגט פיל קריטיק צו ישראל פונעם וועלט, און פון אינעוויניג. מנחם בעגין דער פרעמיער מיניסטער, האט געשטעלט א קאמיסיע אין שפיץ פון ריכטער שמגר, און אריק שרון, פארטיידיקונגס מיניסטער, איז געזען געווארן פאראנטווארטליך, פארן איבערגעבן קאנטראל, פון סאברא און שאטילא צו די קריסטן, נאכדעם וואס עס זיכער געווען, אז אזא זאך קען פאסירן.

דער סוף צום קריג

ישראל איז פארבליבן א לאנגע צייט אין לבנון, שיאטישע טעראר גרופעס, האבן עס אויסגענוצט צו אטאקירן ישראל פאזיציעס, אין צור זענען 60 מענטשן אומגעקומען פון א כעזבאלא זעלבסטמארד אטאקע.

ביז 1985 האט ישראל זיך ארויסגעצויגן פון מערהייט לבנון, און זיך באפעסטיגט אינעם זיכערהייט זאנע, און ביי יוני 1985 האבן זיך צה"ל זעלנער, מער נישט געפונען אין צענטראל לבנון, און זיך צוריק געצויגן צום דרום חלק פון לבנון, אריינגערעכנט די בופאר פעסטונג]], .

פון דער זיכערהייט זאנע, איז די ארמיי ארויס אין יאר 2000, אויפ באפעל פון אהוד ברק.

ישראל האט פארלוירן אין די יארן 2000-1982, 1,216 זעלנער, וואס פון זיי ביים מלחמה אליין 670.

17,825 אראבער זענען אומגעקומען, וואס איבער 10,000 זענען זיכער געווען סירישע סאלדאטן, און פאלעסטינער קרעמפער.

3 ישראל זעלנער פעלן פון א קריג וואס איז פארגעקומען אין סולטאן יעקב. און רון אראד, א ישראלדיקער נאוויגאטאר, איז אראפגעשאסן געווארן פונעם עראפלאן אין וועלכע ער איז געפלויגן, און ער איז גענומען געווארן אין געפענגשאפט.