אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ביתר עילית"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
'''ביתר עילית''' ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן '''ביתר'''
'''ביתר עילית''' ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן '''[[ביתר]]'''


עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן דירות מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט דאס גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון די גאנצע וועלט.
עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן דירות מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט דאס גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון די גאנצע וועלט.
שורה 16: שורה 16:
[[קאטעגאריע:חרדישע שטעט]]
[[קאטעגאריע:חרדישע שטעט]]


he:ביתר עילית
[[he:ביתר עילית]]
en:Betar Illit
[[en:Betar Illit
]]

רעוויזיע ביי 13:33, 8 סעפּטעמבער 2006

ביתר עילית ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן ביתר

עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן דירות מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט דאס גרעסטע לויטער חרדישע שטאט פון די גאנצע וועלט.

זייער הויפט ציל איז נישט אריינלאזן קיין פרייע איינאונער דארטן זיך צו באזעצן כדי צו לעבן און אויפציען די קינדער לויט די הייליגע פירונגען פון די תורה אידישקייט וואס איז אנגענומען ביי חרדים.

קנאים קומען נישט אהין וואונען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון די אנדערע זייט גרינע ליניע און ווערט פארעכנט אלס אקופירטע געביטען אין יהודא ושומרון אויף די מערב ברעג וואס די ציונים האבן קעגן די פעלקער פון די וועלט דאס אוועקגערויבט פון די אראבער. און דער גאנצער ציל פארוואס עס איז געלונגען אויפצושטעלן אזא שיינער שטאט פאר לויטער חרדים איז וויבאלד די רעכטע גאווערמענט באנוצט זיך מיט די תמימותדיגע חרדים זיי אריינצושטעלן צווישן סכנהדיגע ארבישע געגענטער. עס קומן טאקע פאר אסאך שטיינער ווארפעריי אויפן וועג אריין אהין. און אויך נעבן קבר רחל ביים כביש מנהרות וואס מען דארף דארטן דורך פארן קומענדיג פון ירושלים זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה' צענדליגע אידן פון שיסערייען.

ביתר דינט אויך אלס שטאטס צענטער פאר די פילע אידישע התנחלות געגענטער ארונגס און ארום ווי גוש עציון און אפרת נס הרים און נאך קליינער זידולינגען פון די מער עקסטרעמע מתנחלים, וואס קומן קיין ביתר איינקויפן און זיך באנוצען מיט אלע שטאטישע באדינונגען.

דער מעיאר איז יצחק פינדרוס א ליטוווישער איד וואס האט געווינען די וואלן מיט קאליציע פון ברסלב און נאך אפאר קליינע חסידות'ער קעגן דעם גרינדער און ערשטער מעיאר פון אגודת ישראל וואס האט געהאט די אויבערהאנט מיט א קאליציע פון אלע ירושלים'ער אידן און גרעסערע חסידים.

ספרדים און בעלי תשובה ווערן זייער קאנטראלירט זייער צאל וויפל הייזער זיי מעגן קויפן ווייל זייער איגענט גייען נישט אין וועג פון די עלטערן און מאכן קאליע אנדערע חרדישע קינדער פון געגענט זיי אראפצופירן פון חרדישן וועג.

[[en:Betar Illit ]]