אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יעקב פרידמאן (אביר יעקב)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 37: שורה 37:
[[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאטעגאריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א]]
[[קאטעגאריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א]]

[[he: אברהם יעקב מסדיגורה (השני)]]
[[he:אברהם יעקב פרידמן מסדיגורה (השני)]]

רעוויזיע ביי 06:02, 14 מײַ 2012

רבי אברהם יעקב פרידמאן זצ"ל (דער צווייטער) (ח' מנחם אב ה'תרמ"ד - ה' טבת ה'תשכ"א), רבי פון סאדיגורא און תל אביב, דער "אביר יעקב".

אפשטאם

רבי אברהם יעקב איז געבוירן אין סאדיגורא ח' מנחם אב ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת בת שבע א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון סאדיגורא.

רבנות

אין יאר ה'תרס"ז נאך דער פטירה פון זיין פאטער האט רבי אברהם יעקב איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין סאדיגורא. צוזאמען מיט זיין יונגערן ברודער רבי שלמה'ניו האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה אין סאדיגורא און זיך אליינס אפגעגעבן מיט די בחורים.

ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי אברהם יעקב אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט זיין פעטער דעם פחד יצחק, נאך דעם קריג איז ער געבליבן וואוינען אין וויען. אין יאר ה'תרצ"ח זענען די נאציס ימח שמם אריין קיין וויען, און די ערשטע זאך מיט וואס זיי האבן זיך פארנומען איז געווען אפשפעטן פון די יידן, און זיי האבן געצווינגען די רבי'ס צו קערן די גאסן. רבי אברהם יעקב האט געמאכט א נדר, אויב ער וועט זוכה זיין ארויף צופארן קיין ארץ ישראל וועט ער קערן די גאסן אין ארץ ישראל.

זיינע אנהענגער האבן זיך שטארק געמוהט ארויסצוברענגען רבי אברהם יעקב פון וויען נאך א שווערער אינטענסיווער ארבעט איז זיי געלונגען צו באקומען פאר אים א וויזע קיין ארץ ישראל. כ"ג אלול ה'תרח"ץ איז רבי אברהם יעקב אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב.

הסתלקות

רבי אברהם יעקב איז נפטר געווארן פרייטיק צונאכטס ה' טבת ה'תשכ"א, און ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.

פאמיליע

י"ז מנחם אב ה'תרס"ב האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת בלומה רייזיל ( - ו' אייר ה'תשי"ח, א טאכטער פון הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (6)