אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמסטערדאם"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט צוגעלייגט: mdf:Амстердам
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: zu:I-Amsterdami
שורה 215: שורה 215:
[[zh-min-nan:Amsterdam]]
[[zh-min-nan:Amsterdam]]
[[zh-yue:阿姆斯特丹]]
[[zh-yue:阿姆斯特丹]]
[[zu:I-Amsterdami]]

רעוויזיע ביי 09:01, 27 אַפּריל 2012

קאנאל הייזער לעבן דער פרינסנגראכט
אמסטערדאמער פֿאן
ארט פון אמסטערדאם

אַמסטערדאַם (האלענדיש: Amsterdam) איז די הויפטשטאט און אויך די גרעסטע שטאט פון האלאנד. זי איז א שטאט אין דעם פראווינץ נארד האלאנד. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן פון דעם 12טן יארהונדערט, ס'איז געווען דעמאלסט א קליין פֿישעריי דערפל. דער היסטארישער צענטרום איז באוווּסט פאר זיינע קאנצענטרישע קאנאלן, וואס זענען געבויט געווארן ווערנט דער האלענדישער גאלדענער עפאכע אינעם 17טן יארהונדערט.[1][2][3][4] מען פארגלייכט די שטאט מיט ווענעדיג. אחוץ די קאנאלן, אלע ביידע שטעט האבן א לאנגע היסטאריע פון האנדל מעבר לים.

אין יאר 2009 איז די באפעלקערונג פון אמסטערדאם געווען 762,057- די גרעסטע שטאט אין די נידערלאנד.

דער נאמען אמסטערדאם שטאמט פון "אמסטעלערדאם", ד"ה א דאמבע אינעם אמסטעל טייך.

היסטאריע

אמסטערדאם האט באקומען רעכטן ווי א שטאט אין 1300 אדער 1306. נאכן אויפשטאנד קעגן דער שפאנישע רעגירונג אין דעם 16טן יארהונדערט זענען די נידערלענדער געווארן א טאלעראנט לאנד און יידן וואס האבן אנטלאפן פון דער שפאנישער אינקוויזיציע האבן זיך באזעצט אין אמסטערדאם. אינעם 17טן יארהונדערט איז אמסטערדאם געווען די רייכסטע שטאט אין דער וועלט. שיפן פון אמסטערדאם זענען אפגעפארן אין דעם באלטישן ים, צפון אמעריקע, אפריקע, אינדאנעזיע, אינדיע און בראזיל. אין סוף פונעם 19טן יארהונדערט איז געקומען צו אמסטערדאם די אינדוסטריעלע רעוואלוציע, און מען האט געבויט נייע מוזייען און א באן סטאנציע.

טראנספארט

אמסטערדאם איז א פלאכע שטאט, און אסאך מענטשן פארן ארום אויף ראווערס. די גאסן האבן ספעציעלע ראווער־שטעגן.

דער פובליקער טראנספארט האט טראמען מיט 16 ליניעס און א מעטרא וואס האט פיר ליניעס.

האלענדישע באנען האט צען באן סטאנציעס אין אמסטערדאם.

אמסטערדאם סכיפאל פליפארט איז 20 מינוט פונעם צענטער פון אמסטערדאם. ער איז דאס גרעסטע פליפעלד אין האלאנד, און דאס פינפטע גרעסטע אין אייראפע.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אמסטערדאם

רעפערענצן

  1. Amsterdamhotspots.nl. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
  2. Amsterdam Tourist Information - Seven Bridges Festival. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
  3. World Executive City Guides - Amsterdam. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
  4. WorldMayor.com - Job Cohen, Mayor of Amsterdam 2006. דערגרייכט דעם 2007-04-19.

וועבלינק

52°22′29″N 4°53′32″E / 52.37472°N 4.89222°E / 52.37472; 4.89222