אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וועלט האנדל ארגאניזאציע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: af:Wêreldhandelsorganisasie
מ r2.7.1) (באט געענדערט: arz:منظمة التجارة العالمية
שורה 16: שורה 16:
[[an:Organización Mundial d'o Comercio]]
[[an:Organización Mundial d'o Comercio]]
[[ar:منظمة التجارة العالمية]]
[[ar:منظمة التجارة العالمية]]
[[arz:منظمة التجاره العالميه]]
[[arz:منظمة التجارة العالمية]]
[[ast:Organización Mundial del Comerciu]]
[[ast:Organización Mundial del Comerciu]]
[[az:Ümumdünya Ticarət Təşkilatı]]
[[az:Ümumdünya Ticarət Təşkilatı]]

רעוויזיע ביי 20:14, 8 אַפּריל 2012

די וועלט האַנדל־ארגאַניזאַציע (WTO; ענגליש: World Trade Organization) אי א גרויסע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע וואס רעגולירט האנדל צווישן לענדער. זי איז געגרינדעט געווארן דעם 1טן יאנואר 1995, אין דעם ארט פון דער פריערדיקער ארגאניזאציע, דער אלגעמיינער אפמאך וועגן צאלטאריפן און מסחר (General Agreement on Tariffs and Trade GATT). די ארגאניזאציע האט היינט 153 מיטגלידער לענדער, וואס פארטרעטן 97% פון דער וועלטס באפעלקערונג. די ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין גענף, שווייץ.

די וועלט האַנדל־ארגאַניזאַציע איז איינער פון וועלט קערפער וואס שטופן פאר מער עקאנאמישע גלאבאליזאציע. די ארגאניזאציע איז א צענטער פון עקאנאמישע פארשונג און אנאליז. זי ארבעט צוזאמען מיט די צוויי אנדערע אינטערנאציאלע פינאנציעלע ארגאניזאציעס, דעם אינטערנאציאנאלער געלטפאנד און דער וועלט באנק.

אפיציעל האט יעדע לאנד איין שטים אין דער ארגאניזאציע, אבער פראקטיש באשליסט מען נישט קיין זאך דורך שטימען נאר מען פרובירט שאפן א קאנסענזוס.