אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאו'ס געזעץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'פאו'ס געזעץ, על שם דער ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פאו, לויטעט אז א פעראדיע פון עקסטרעמ...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 21: שורה 21:
* [[Landover Baptist Church]]
* [[Landover Baptist Church]]


[[en:Poe's law]]

[[cs:Poeův zákon]]
[[cs:Poeův zákon]]
[[fr:Loi de Poe]]
[[fr:Loi de Poe]]

רעוויזיע ביי 14:24, 20 מערץ 2012

פאו'ס געזעץ, על שם דער ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פאו, לויטעט אז א פעראדיע פון עקסטרעמיזם וואס אפרמאגט נישט קיין שום אנדייטונג אז דאס איז א פעראדיע (ווי א סמיילי צייכן וכדומה) קען פאררעכנט ווערן אלץ אמת'ע עקסטרעמיזם.

דער געזעץ גייט אויף פארקערט אויך. אמת'ע פונדאמענטאליזם אדער עקסטרעמיזם קען ווערן בטעות אויסגעטייטשט ווי א פאראדיע פון די פונדאמענטאליזם.

פאו'ס געזעץ איז באשאפן געווארן אין 2005 אויף די וועבזייטל christianforum.com דורך נתן פאו און א שמועס איבער קריעשאניזם (בריאת העולם ווי פארציילט אין די תורה). פאו'ס אריגענעלר זאץ ליינט ווי פאלגנד (אין יידשער איבערזעצונג):

"עס איז אוממעגליך צו מאכן א פעראדיע פון א קריעשאניסט וועלכער איינער וועט נישט נעמען פאר ערנסט, אן א ווינקעדיגער סמיילי אדער סיי וועלכע אנדערע אפענע צייכן פון הומאר"

די סענטימענטן וועלכער פאו האט אויסגעדרוקט גייען צוריק אסאך פריער, לכל הפחות צו 1983 ווען דזשערי שווארץ האט אין א פאוסט אויף יוזנעט געשריבן (אין יידשער איבערזעצונג):

"פארמיידט סארקאזם און קאמישע קאמענטארן - אן די פאסיגע שטימע און באוועגונגען, ווערן די דאזיגע [סארקאזם און קאמישע קאמענטארן] שלעכט אויסגעטייטשט. די זייטיגע שמייכל :-), איז געווארן ברייט אנגענומען אויפן אינטערנעט אלץ א וועג וויאזוי צו זאגן אז "איך מאך אן הלצה". אויב שרייבט איר א סאטיריש ארטיקל אן דעם סימבאל, נישט קיין חילוק ווי קלאר ס'איז פאר אייך אז דאס איז סאטיר, זייט ניטש ערשטוינט אויב מענטשן נעמען דאס אן ערנסט."

נאך א פרעצעדענט צו פאו'ס לאו איז געשריבן געווארן אויף יוזנעט אין 2001 דורך עלען מארגען:

"א גענוג גוטע פעראדיע וועט זיין אומדערקענבאר פון א אמת'ער kook".

זע אויך