אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזקרעם"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט צוגעלייגט: be:Марожанае
מ r2.6.5) (באט צוגעלייגט: gd:Reòiteag
שורה 94: שורה 94:
[[fr:Crème glacée]]
[[fr:Crème glacée]]
[[ga:Uachtar reoite]]
[[ga:Uachtar reoite]]
[[gd:Reòiteag]]
[[gu:આઇસ્ક્રીમ]]
[[gu:આઇસ્ક્રીમ]]
[[hi:आइसक्रीम]]
[[hi:आइसक्रीम]]

רעוויזיע ביי 10:25, 4 פֿעברואַר 2012

רעסבערי אייזקריעם.

אייזקרעם (ענגליש: אייס-קריעם) איז א געפרוירענע צושפייז וואס איז געמאכט אין אלגעמיין פון מילכיגע פראדוקטן און איז געמישט מיט פלעיוואר און צוקער כדי דאס צו מאכן זיס און געבן קאליר.

בערך א מיליאן גאלאנען אייז-קריעם ווערט אויפגעגעסן אין אמעריקע יעדען זומער און פארנעמט 8 פראצענט פון די מילכיגע עסן מארקעט.


וואס איז אייז-קריעם און וואס נישט

די וועלט רופט כמעט אלע פארפרוירענע מילך פראדוקטן אלס אייז-קריעם אבער אין פאקט איז פאראן רעגולאציעס וואס איז יא אדער נישט אייז-קריעם. דאס באלאנגט צו די דעפארטמענט אוו ארגיקולטור וועלכע באשליסט וואס קען לעגאל גיין אונטער דעם נאמען אייז-קריעם. די דריי הויפט סימנים זענען אז עס ברויך האבן אין זיך ווייניגסטענס 10 פראצענט מילך, ווייניגסטענס 6 פראצענט נישט-מילכיגע אינהאלטן, און א גאלאן מוז וועגן כאטש 4.5 פונט עס זאל זיין קוואליפיצירט אלס אייז-קריעם.

נישט מילכיגע אייז-קריעם איז לעגאל נישט קיין אייז-קריעם און איר וועט נישט טרעפן פארפרוירענע פראדוקטן מיט'ן נאמען אייז-קריעם אויב עס פארמאגט נישט קיין מילך אין זיך. די אייז-קריעם פירמעס לייגן אריין צווישן 10 און 16 פראצענט מילך אין זייערע אייז-קריעם פראדוקטן. ווייניגער ווי 10 פראצענט קען נישט ווערן אנגערופן קיין אייז-קריעם און מער ווי 16 פראצענט איז שוין צופיל. ווי מער מילך אלס א רייכערע טעם אבער מער ווי 16 פראצענט וואלט געווען צו פעט פאר מענטשן צו עסן אזוי אפט און עס וואלט אויך געווען צו טייער צו פראדוצירן. קיין שום פירמע וועט נישט לייגן מער ווי 16 פראצענט ווייל אזעלכע אייז-קריעם וועט שנעל אנפילן א מענטש און דאס מיינט אז מען וועט קויפן ווייניגער אייז-קריעם.

אלע אנדערע פארפרוירענע מילכיגע און מילכיג נאכגעמאכטע פראדוקטן ווי סארבעטס, לאו-פעט אייז-קריעם, אדער פראזען יאגורט איז איז טעכניש בכלל נישט קיין אייז-קריעם.

ווען מען קוקט די אינהאלטן (אינגרידיענס) פון אייז-קריעם איז עס גאנץ פשוט, אבער סייענטיפיש גערעדט איז אייז-קריעם א קאמפליצירטע פראדוקט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי סארט כעמיקאלן וועלכע גייען נישט געווענליך אינאיינעם. דאס איז פעטנס קעגן דער געמיש פון וואסער-צוקער-אייז סטרוקטור וואס ווען צוזאמען געמישט פארמירט עס קליינע באבעלס און איז ווי פאום מאטריאל. נארמאל וואלטן די באשטאנדטיילן נישט געקענט זיך האלטן אינאיינעם ווייל בטבע קענען די כעמיקאלן נישט גיין אינאיינעם. די אייז-קריעם פראדוצירער לייגן אריין פארשידענע כעמיקאלן וועלכע האלט דאס אינאיינעם און צעשפרייט די פעטנס איבעראל. אמאל האט מען אויך גענוצט די געליכלע טייל פון אייער אלס איינע פון די כעמיקאלן אבער וויבאלד עס פארמאגט אסאך קאלעסטראל האט מען דאס אויפגעשטוישט מיט כעמיקאלן וועלכע פארנעמען זייער א קליינע פראצענט פון די סך הכל באשטאנדטיילן.

אייז-קריעם איז נישט די געזונטסטע עסן, ספעציעל די וואס ליידן אויף צוקער. אויך איז עס נישט גוט פאר די וואס גייען אויף דייעט ווייל עס פארמאגט אסאך פעטנס. אן אלטערנאטיוו צו אייז-קריעם איז פראזען יאגורט וועלכע פארמאגט כמעט נישט קיין צוקער און איז נישט אזוי פעט. מיר וואלטן אלע געזאגט אז דאס איז פשוט'ע יאגורט וואס מען לייגט אריין אין פריזער, אבער למעשה איז עס די זעלבע פון ארגינעלע אייז-קריעם נאר אנשטאט פעטע מילך לייגט מען אריין די מילך קולטור פון וועלכע מען מאכט יאגורט און עס ווערט דארט באשאפן א יאגורט וועלכע איז לייכטער צום עסן.

איטאליאנישע אייזקרעם

פראדוקציע

עס זענען נישט פאראן צוויי וועגן וויאזוי אייז-קריעם קען געמאכט ווערן עס איז נאר די פארשידנארטיקייט וואספארא פלעווארס מען לייגט אריין. אן אייז-קריעם פירמע, די אייז-קריעם געשעפט וועלכע מאכט דאס מיט א קליינע מאשין, און דער אינדיווידועלער וואס מאכט דאס אינדערהיים איז די זעלבע זאך.

דער הויפט טייל פון אייז-קריעם איז די געמיש פון די מילך פעטנס, צוקער, און וואסער. די סארט געמיש קען מען קויפן אין געשעפטן צו מאכן אליינס אייז-קריעם. די געשעפטן וועלכע פארמאגן אייז-קריעם מאשינען נוצן אזא געמיש און די אייז-קריעם פירמעס מאכן דאס אליינס און דארפן אויסארבעטן די פעטנס נאך בעסער ווי מען ארבעט אויס מילך ווייל אנדערש קענען די באקטעריעס זיין שעדליך צו א מענטש.

מען קען אליינס אויך מאכן דעם אייז-קריעם געמיש אבער עס פארלאנגט זיך מען זאל דאס אויפקאכן צווי מאל צו פטור ווערן פון די באקטעריע.

איינמאל דער געמיש איז פארטיג איז עס אייז-קריעם אזוי ווי עס שטייט און גייט. אבער צו מאכן דעם טעם בעסער נוצט מען פלעוואורס וועלכע קען זיין סיי וואס ווי ווענילע, טשאקאלאדע, פרוכט, א.א.וו. מען וועט טיילמאל אויך אריינלייגן שטיקער פרוכט, ניס, טשאקאלאדע, אדער מארשמאלאוס.

אבער אייז-קריעם קען נישט פאסירן אן קאלטקייט און עס איז נישט פאראן אזא מין זאך ווי מאכן ערשט די געמיש און דערנאך לייגן אין פריזער. אויב יא איז עס נישט קיין אייז-קריעם. עכטע אייז-קריעם ווערט געפרוירן אין די זעלבע צייט וואס די געמיש ווערט געמאכט. די אייז-קריעם מאשינען פארמאגן א כעמיקאל וועלכע מאכט קאלט דעם טאפ אין וועלכע מען גיסט אריין דעם געמיש און די מישן און פרירן פאסירט אויפאיינמאל.

אייז-קריעם מעג אבער נישט זיין צו שטארק געפרוירן ווייל אויב יא פארלירט עס די גאנצע חשיבות פון אייז-קריעם וועלכע איז א קאלטע אבער נישט געפרוירענע מאכל. כדי דאס זאל צושטאנד קומען דארף מען היטן דעם געמיש די גאנצע צייט אז שטיקער אייז זאלן נישט פארבלייבן אינעם געמיש. אן אייז-קריעם מאשין נוצט אייזענעס וועלכע צוברעקלן אלע שטיקער אייז כדי עס זאל בלייבן אן אייז-קריעם און נישט אייסעס.

איינמאל דער געמיש איז פארטיג דארף די אייז-קריעם באלד געלייגט ווערן אין א פריזער פון 0 דעגרי פארנהייט אדער אביסל ווייניגער (בערך מיינעס 20 דעגרי צעלסיוס). די אייז-קריעם מעג נישט בלייבן אפילו א קורצע צייט אן א פריזער ווייל אויב יא וועט דאס וואסער זיך אויפלאזן און ווען עס וועט צוריק אריינגיין אין פריזער וועט עס פארמירן שטיקער אייז ווי מיר באקומען נאכ'ן עפענען א שאכטל עטליכע מאל. די אייז-קריעם פירמעס נוצן קאמפיוטערייזד מאשינען צו האלטן קאנטראל אויף אלע אייז-קריעם און וויאזוי דער געמיש ווערט געמאכט. אביסל צו קאלט אדער אביסל צו ווארים קען שעדיגן די גאנצע פראדוקציע.

די פירמעס פאקן די אייז-קריעם אין קאלטע אטמאספערעס און שפעטער ווען מען לאדענט עס ארויף אויף טראקס און אזוי אויך אראפ מוז אלעס גיין זייער געשיקט אז עס זאל נאך נישט זיין קיין שאנס עס זאל זיך אויפלאזן. געווענליך איז פאראן א צייט אפשניט וועלכע מעג נישט אריבער גיין אן זיין אין א פריזער און אויב יא קען מען עס מער נישט פארקויפן.

אן אייזקרעם אויטאמאביל אין אויסטראליע

די אייז-קריעם אינדוסטרי

די אייז-קריעם אינדוסטרי איז ווערט 10 ביליאן דאלאר פער יאר און די ענליכע פראדוקטן זענען ווערט נאכאמאל אזויפיל. אמעריקע פארלענדט דאס מערסטע אייז-קריעם א יאר און קאליפארניע איז נומער איינס מיט איר גרויסע באפעלקערונג און ווארימע קלימאט. נאכדעם קומען די סטעיטס פון אינדיאנא, פענסעלוועניע, טעקסאס, און ניו יארק. אין דורכשניט קומט אויס אז יעדער אמעריקאנער עסט ארום 21.5 קווארטס פער יאר.

ווען איר ווילט קויפן אייז-קריעם זאלט איר ערשט זיכער מאכן אז ער איז מילכיג און דערנאך קען מען זען די שטארקייט דערפון לויט וויפיל דער איבערגאנג פראצענט נומער איז. דאס איז די פראצענט מער ווי 100 וואס איז געווארן פון די ארגינעלע באשטאנדטיילן וואס מען האט גענוצט צו מאכן די אייז-קריעם. פארגעסט נישט אז אייז-קריעם איז אין טייל לופט (גענוי ווי ברויט) און ווי געדעכטער אלס בעסער אין טעם. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן אווערראן און זייער אסאך מאל וועט ארויסשטיין אויפ'ן שאכטל וויפיל פראצענט אווערראן דאס איז. ווי קלענער די אווערראן אלס געדיכטער.

א גרינגע וועג צו וויסן די קוואליטעט פון די אייז-קריעם איז שפירן וויפיל עס וועגט. שווערע אייז-קריעם מיינט אז עס איז געדיכטער ווייל די פעטנס וועגט אסאך. רוב טייערע אייז-קריעם וועגט אסאך.

די סוד פון מאכן גוטע אייז-קריעם קען מען שווער אויסגעפינען אליינס און דאס גייט אראפ פון דור צו דור דורך די גוטע אייז-קריעם מאכער. זינט די אינדוסטרי איז אזוי גרויס איז היינט פאראן יוניווערסיטיס וועלכע גיבן לעקציעס צו מאכן גוטע אייז-קריעם. די פענסעלוועניע סטיעט יוניווערסיטי גיט אזעלכע לעקציעס אין אמעריקע און די דעירי סייענס ענד טעקנאלאדזשי סקול פון אנטעריא גיט די לעקציעס פאר קאנאדער.

כשר אייז-קריעם

עס זענען פאראן א רייע כשר'ע אייז-קריעם פירמעס אין ניו יארק און אין מדינת ישראל.

אסאך אייז-קריעם אין די מארקעט זענען כשר מיט הכשרים פון או.יו. אדער ענליך. אבער גאר אסאך דערפון זענען געמאכט פון חלב עכו"ם און די וועלכע נוצן נישט חלב עכו"ם קענען נישט געניסן דערפון.

אן אייז פארקויפער אין רוים 1820

היסטאריע

די היסטאריע פון אייז-קריעם גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר גאר טויזענטער און שטאמט ווארשיינליך פון אזיע. עס מוז באמערקט ווערן אז די מעגליכקייט צו מאכן אייז-קריעם איז געווען זייער באגרעניצט זינט עס איז נישט געווען קיין רעפרידזשעירעיטאר וואו עס צו האלטן. מען פלעגט נוצן שטיקער אייז וועלכע מען האט גענומען אין דער ווינטער פון די לעיקס און דאס באהאלטן אין די ערד ארומגענומען מיט שטרוי צו האלטן קאלט.

די אייז-קריעם פון אמאל איז פשטות נישט געווען קיין אייז-קריעם לויט די היינטיגע סטאנדארטן נאר ענדערש א מילכיגע קאלטע מאכל וועלכע נאר די רייכע האבן זיך געקענט ערלויבן. די מאדערנע אייז-קריעם איז אויסגעטראפן אין אמעריקע אין 846' דורך א פרוי מיט'ן נאמען נענסי דזשאנסאן. איר אויסטרעף איז געווען א וועג וויאזוי צו פראדוצירן אייז-קריעם און דאס מישן און פרירן אין די זעלבע צייט. דאס האט זי געמאכט מיט שטיקער אייז און זאלץ וועלכע איז געהאלטן געווארן אין א שאכטל און אין דעם שאכטל האט זי אריינגעלייגט א צווייטע שאכטל אין וועלכע זי האט געמאכט דעם געמיש. די זאלץ האט אויפגעלאזט די אייז אבער האט ערמעגליכט צו האלטן די טעמפרעאטור פון די פליסיגע וואסער נידעריגער ווי לויטערע וואסער וואס האט געגעבן די אייז-קריעם בעסערע קאנטאקט מיט די קאלטקייט.

מיט דזשאנסאנ'ס אויסטרעף איז אייז-קריעם פארשפרייט געווארן און אויך די ארימע האבן צום ערשטן מאל געקענט האנה האבן דערפון. מען האט געקויפט שטיקער אייז אין געשעפט און גענוצט זאלץ צו מאכן אייז-קריעם.

אין 851' איז געגאנגן א מענטש מיט'ן נאמען דזשעיקאב פאסעל פון באלטימאר, מערילענד, און געעפענט די וועלט'ס ערשטע קאמערציאלע אייז-קריעם געשעפט אין וועלכע ער האט פארקויפט נאר אייז-קריעם. ער איז נישט פארבליבן מיט איין געשעפט און זיך שנעל אויסגעברייטערט איבער'ן לאנד מיט הונדערטער געשעפטן. היסטאריע פארציילט אז פאסעל איז געווען א פארמער וועלכער האט נישט געקענט פארקויפן זיין מילך און האט באשלאסן צו מאכן א נוצן דערפון און פראדוצירן אייז-קריעם און דאס פארקויפן אנשטאט מילך. מיט דעם האט ער געלעזט דעם פראבלעם פון פארדארבן ווערן און האט געפינען א וועג צו ראטעווען זיין פרנסה.

ווען רעפרידזשעירעיטארס זענען געווארן פארשפרייט אין די 920' יארן איז אייז-קריעם געווארן א שטארקע פראדוקט און מערערע פירמעס האבן דאס פראדוצירט און פארשפרייט. אמעריקאנער האבן שטארק געגליכן אייז-קריעם, אויף אזוי ווייט אז דורכאויס די ערשטע וועלט קריג ווען די רעגירונג האט באגרעניצט צוקער האבן די אייז-קריעם פירמעס איבערגעצייגט קאנגרעס אז אייז-קריעם איז היינט א מאכל וואס איז א טייל פון אמעריקאנער קולטור און מען קען דאס נישט אפשטעלן. עס איז זיי געלונגן און די רעגירונג האט זיי פארקויפט צוקער און אייז-קריעם האט איבערלעבט די מלחמה.

די אייז-קריעם קאון האבן די פראנצויזן אויסגעטראפן אין די ערשטע יארן פון 900'. אין אמעריקע האט אן איטאליענער אימיגראנט אויסגעטראפן די זעלבע געדאנק און האט געמאכט א פאטענט מיט די רעגירונג אבער ווען ער איז געווען פארטיג איז ער געוואויר געווארן אז די פראנצויזן עסן שוין אייז-קריעם מיט קאונס און עס איז אים נישט געלונגן צו מאכן געלט.

היינט איז אייז-קריעם פארשפרייט אין אלע ווינקלן פון די וועלט אבער איז פארבליבן אן אמעריקאנער טראדיציע.