אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אוקראינע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: frr:Ukraine
מ r2.6.5) (באט צוגעלייגט: or:ୟୁକ୍ରେନ
שורה 260: שורה 260:
[[nv:Yóókwein]]
[[nv:Yóókwein]]
[[oc:Ucraïna]]
[[oc:Ucraïna]]
[[or:ୟୁକ୍ରେନ]]
[[os:Украинæ]]
[[os:Украинæ]]
[[pam:Ukranya]]
[[pam:Ukranya]]

רעוויזיע ביי 18:19, 3 פֿעברואַר 2012

אוקראינע
פאן אוקראינע
פאן אוקראינע
סימבאָל אוקראינע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון אוקראינע
אָרט פֿון אוקראינע
קאָנטינענט אייראפע און אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך אוקראיניש
הויפּטשטאָט קיעוו
רעגירונג האלב דעמאקראטיע
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
וויקטאר יושטשענקא
יוליא טימאשענקא
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
603,700 קוואַדראַט ק"מ
43טע
7%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

47,425,336
25טע
79 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 339,676 מיליאן $ (27סט)
וואַלוטע גריווניע (UAH)
צײַט זאָנע UTC+2
אינטערנעט דאָמען ua.
טעלעפֿאָן קאָד 380+

אוקרײַנע, אוקראַיִנע (אוקראיניש: Україна, רוסיש: Україна, Украина, Ukrajina) איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. אירע איינווינער באַטרעפן 47,425,336 (אין יאָר 2005). איר הױפּטשטאָט איז קיעוו; עס וואוינען אין איר דריי מיליאן מענטשן.

אוקראינע איז איינע פֿון לענדער אין מזרח אייראפע, איר גרעניץ איז צווישן פוילן און טשעכיי פֿון איין זייט, בעלארוס און רוסלאַנד פֿון דער צווייטער זייט, וואָס גייט ביז צום שוואַרצן ים.

פֿון די גרויסע באַוואוסטע וואַסערן אין אוקריינע זענען דער דניעפּער, דער טייך בוג, און דער נעסטער.

אוקראינע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, עס איז באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרצע סטעפּס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואיול באַקאַנט מיט איהר ווייץ, קאַשע, קארן, געשרטן, קאַרטאָפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט איהר רייכע אויל פעלדער.

אין די צייטן פֿון קאָמוניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקראינע, זי האָט איהר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכע ארימקייט, אויך האָט דער קאָמינינזם צוגעהאָלפֿן אז די פשוט'ע פויערן אין אוקריינע זאלן נישט ארבעטן זיך נישט זיך אנשטרענגען צו מאכן געלד, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקריינאַ. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איהר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַ אַרימע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.

אין די לעצטע יארן זייט זי איז ארויס פון די רוסישע שטיוול, פרובירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקאנאמיע ווערט בעסער, אומבאוועגלעכע גיטער גייען ארויף, און זיי פרובירן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.

כאטש אוקראינע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלעארע וואפען, דאס איז ווייל אין די קאמוניזים יארן האט רוסלאנד דארט געבויעט נוקלעארע רעאקטער'ס ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזים איז צופאלן האט עס אוקריינא נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט די הילף פון די אמעריקאנער.

זי פארמאגט עטליכע נוקלעארע רעאקטער, די באקאנסטע דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאהר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארוים מיט שעלדיכע ראדיא אקויטווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר די גענעגט נאר פאר גאנץ יוראפ, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון די רעגירונג צו צו גיין אין די געגענט ארום.


אידן אין אוקראינע

אין אוקריינע וואוינען אידן שוין הונדערטער יארן, ביז צום ערשטן וועלט קריג האבן זיך געציילט די אידן אין די אוקריינישע שטעט קרוב צו צוויי מיליאן, זעלבסטפארשטענליך אז די אידן פון אוקריינע זענען נישט געווארן געשוינט, און די ביטערע פראגראמען איז אנגעקומען קיין אוקריינע, אידן האבן געליטן פון פאגראמען אלע יארן, עס איז באקאנט פון די קאזאגען וואס אידן האבן געליטן אין די איהרן פון ה'ת"ח ווער דער גרויזאמער פירער פון קאזאקן כמעלניצקי האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'ן איבער הונדערט טויזנט אידן פון די אוקריינער שטעט, אין די צייטן פון בעל שם טוב, און אויך אין שנת ה'תקכ"ח ווען מען האט געהרגט טויזנטער אידן ווי עס ווערט באשריבן אין ספר שער המלך און אין שבחי בעל שם טוב. דערנאך זענען געקומען די פאגראמען ביים ערשטען וועלט קריג און נאכן ערשטען וועלט קריג, דאס מערסטע צווישן זיי איז באקאנט דער קעשענעווער פאגראם, וואוו די אנטיסעמיטן האבן זיך פארזאמעלט אין באנדעס אין געהארגט אסאך אידן, ספעציעל פרומע אידן, וואס זענען געווען קעגן די קאמוניזם אדער האבן געהאט געלד. דעמאלטס זענען אסאך אידן פון אוקריינע אנטלאפן קיין אמעריקע.

ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די נאציס מיט די הילף פון די אוקריינישע באפעלקערוגנ אויסגעהרג'ט דאס מערהייט פון דאס אוקראינער אידן. די אוקריינער גוי האט זיך הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די פאדערונגען פון די נאציס אז אלע אידן מוזן גע'הרג'ט ווערן, דאס מערסטע איז באקאנט די גרויזאמען רציחות אין באבי יאר ווי מער פון הונדערט טויזענט אידן זענען געשחטען געווארן מיט מיתות משונות.

אוקראינע איז באקאנט ביי אידן אויך צוליב וואס דארט איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות, די חסידות באוועגונט האט זיך אנגעהויבן אין אוקריינא, די ערשטע גרויסע חסידישע רביים שטאמען פון דארט, ווי דער בעל שם טוב פון מעזשביזש, דער מגיד פון מעזריטש, רבי יעקב יוסף פון פולנאה, רבי פנחס מקאריץ, רבי יוסף מקאמינקא, רבי שלום שכנא, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער גרויסע רביים פון די טשערנאבלער גזע פון רבי נחום און זיין זון רבי מרדכי פון טשערנאביל, און דערנאך זיינע קינדער מיט זייער רבי'שע הויפן, די אייניקעלך פון בעל שם טוב רבי ברוך פון מעזשביזש, רבי משה חיים אפרים מסדילקוב בעל דגל מחנה אפרים, ר' נחמן מברסלב, רבי אהרן מטיטיוב, דער בית עין, רבי מרדכי מנעסכיז, רבי יקותיאל יודא מלאנדא, רבי מיכל מזלאטשוב , און נאך. אייניגע פון אירע באקאנטע שטעט

לאקאלע רעגירונג

גובערניעס אין אוקראינע

אוקראינע ווערט צעטיילט אין 24 אבלאסטן (גובערניעס), די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים און צוויי באזונדערע שטעט, די הויפטשטאט קיעוו און סעוואסטאפאל.

די גובערניעס און די אויטאנאמישע רעפובליק זענען:

גובערניעס און אויטאנאמישע רעפובליק
1 טשערקאס 10 כמעלניצקי 19 סומי
2 טשערניהיוו 11 קיראוואגגראד 20 טארנאפאל
3 טשערנאוויץ 12 קיעוו 21 וויניצע
4 קרים 13 לוהאנסק 22 וואהלין
5 דניעפראפעטראווסק 14 לוויוו 23 טראנסקארפאטיע
6 דונצק 15 מיקולאייב 24 זפורוז'יה
7 איוונו-פרנקיבסק 16 אדעס 25 זשיטאמיר
8 חרקוב 17 פאלטאווע
9 חרסון 18 ראוונע

רעפערענצן