אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי דובין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מ בילד
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:M Dubins.jpg|קליין||מרדכי דובין]]
'''מרדכי דובין''' ({{שפראך-lv|Mordehajs Dubins}};{{ר}} [[כ"ח טבת]] [[ה'תרמ"ט]], [[ריגע]] ([[לעטלאנד]]) - [[כ' אלול]] [[ה'תשי"ח]], [[טולע]] ([[רוסלאנד]]), איז געווען א דעפוטאט אין דער [[סאימע]] אין [[לעטלאנד]] פאר [[אגודת ישראל]],<ref>[http://jew.spb.ru/ami/A242/A242-082.htm מרדכי דובין] {{לינקשפראך|רוסיש}}</ref> און איינער פון די גרויסע עסקנים אין [[אייראפע]].
'''מרדכי דובין''' ({{שפראך-lv|Mordehajs Dubins}};{{ר}} [[כ"ח טבת]] [[ה'תרמ"ט]], [[ריגע]] ([[לעטלאנד]]) - [[כ' אלול]] [[ה'תשי"ח]], [[טולע]] ([[רוסלאנד]]), איז געווען א דעפוטאט אין דער [[סאימע]] אין [[לעטלאנד]] פאר [[אגודת ישראל]],<ref>[http://jew.spb.ru/ami/A242/A242-082.htm מרדכי דובין] {{לינקשפראך|רוסיש}}</ref> און איינער פון די גרויסע עסקנים אין [[אייראפע]].



רעוויזיע ביי 19:53, 23 יאַנואַר 2012

מרדכי דובין

מרדכי דובין (לעטיש: Mordehajs Dubins;‏ כ"ח טבת ה'תרמ"ט, ריגע (לעטלאנד) - כ' אלול ה'תשי"ח, טולע (רוסלאנד), איז געווען א דעפוטאט אין דער סאימע אין לעטלאנד פאר אגודת ישראל,[1] און איינער פון די גרויסע עסקנים אין אייראפע.

ביאגראפיע

דובין איז געבוירן דעם 20סטן דעצעמבער 1888 לויטן יוליאנישן קאלענדאר (1טן יאנואר 1889 אויפן גרעגאריאנישן קאלענדאר), כ"ח טבת, תרמ"ט, אין ריגע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט לעטלאנד) צו זיין פאטער, הרב שניאור זלמן, א סוחר און א חב"דסקער חסיד. ער האט יונגערהייט אנגעהויבן צו ארבעטן אין עסקנות, במשך פון דער צייט איז ער געווארן דער פארזיצער פון דער אגודת ישראל פארטיי. ער איז געווען א דעלעגאט אין דעם לעטישן פאלראמענט, און ער האט געפירט די יידישע קהילה אין לעטלאנד ביז 1940.

ער איז געווען א פערזענלעכער פריינד פון קארליס אולמאניס, וואס איז שפעטער געווארן דער דיקטאטאר פון לעטלאנד פון 1934 ביז 1940.[2]

באפרייען דעם ליובאוויטשער רבי

אין 1927 (ה'תרפ"ז), איז רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון ליובאוויטש, אריינגעלייגט אין טורמע, צוליב זיינע טעטיקייטן אויפשטעלן חדרים אינעם סאוועטן פארבאנד.[3] דובין האט געדרוקט שווער אויף רוסלאנד, און געסטראשעט אויפצוהערן א טייל פונעם האנדל צווישן רוסלאנד און לעטלאנד. צום סוף האט באפרייט דעם רבי. ער האט אויך אריינגעלייגט אסאך מי ארויסצופירן דעם רבי פון רוסלאנד.

נאך דעם וואס דער רבי איז באפרייט פונעם סאוועטן פארבאנד און ער האט זיך באזעצט אין ריגע, האט דובין אים באגלייט אויף זיין ערשטן וויזיט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אין 1929.

זיינע סוף טעג

אין 1940 האבן די רוסן אינוואדירט לעטלאנד און עס איינגענומען, די סאוועטן האבן ארעסטירט דובין, און זיי האבן אים געאורטיילט צו טורמע אין סיביר.

דובין איז נפטר געווארן אין דער שטאט טולע (סאוועטן פארבאנד), כ' אלול, תשי"ח.

רעפערענצן

  1. מרדכי דובין (אויף רוסיש)
  2. Ebreji un diktatūras Baltijā 1926 - 1940, Aivars Stranga, Latvijas Universitātes Jūdaiks studiju centrs, Rīga, 2002., 200. lpp.
  3. Encyclopedia of Hasidism, entry: Schneersohn, Joseph Isaac. Naftali Lowenthal. Aronson, London 1996. ISBN 1-56821-123-6