אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון ישראל פאזען"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: he:שמעון ישראל פוזן
שורה 11: שורה 11:
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאטעגאריע:סקווירא]]
[[קאטעגאריע:סקווירא]]

[[he:שמעון ישראל פוזן]]

רעוויזיע ביי 22:29, 10 יאַנואַר 2012

רבי שמעון ישראל פאזען איז געווען דער שאפראנער רב זכרונו לברכה. ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן סקווערער רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם סקווערער שטעטל, ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזן - פון די נאמני ביתו פונעם סקווערער הויף, האט אויסגעפירט זיין צוואה, ווען ער איז נפטר געוואן אין דער נאכט פון שביעי של פסח, וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין שיכון סקווירא, און דארט איז מנוחתו כבוד.

ער איז געווען א יונגער תלמיד פונעם מנחת אלעזר פון מונקאטש, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן אויפן דרך פון קנאות, און דערפאר האט ער שטארק נוטה געווען צום סאטמארער רב זצ"ל, זייענדיג גענויגט צו זיין שיטה.

נאכן קריג האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין די אומגעגנט פון בודאפעשט, און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.