אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאנדאנער אונטערגרונט מאפע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ראפינירט קאטעגאריע
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: it:Mappa della metropolitana di Londra
שורה 27: שורה 27:
[[fi:Lontoon metrokartta]]
[[fi:Lontoon metrokartta]]
[[fr:Plan du métro de Londres]]
[[fr:Plan du métro de Londres]]
[[it:Mappa della metropolitana di Londra]]
[[ja:ロンドン地下鉄路線図]]
[[ja:ロンドン地下鉄路線図]]
[[mk:Карта на лондонското метро]]
[[mk:Карта на лондонското метро]]

רעוויזיע ביי 20:59, 7 דעצעמבער 2011

די לאנדאנער אונטערגרונט מאפע איז א טאפאלאגישער געמעל פון דער לאנדאנער אונטערגרונט וואס איז א ניצלעכע מאפע פאר פאסאזשירן.

די מאפע ווייזט נישט וואו די סטאנציעס זענען געאגראפיש. הארי בעק, וואס האט זי געשאפן אין 1931[1], האט פארשטאנען אז אזוי ווי די באן פארט אונטער דער ערד, איז די געאגראפע נישט שטארק וויכטיק; די עיקר זאך וואס אינטרעסירט די פאסאזשירן איז וויאזוי מען קומט פון איין סטאנציע צו א צווייטער. פאר דעם צוועק האט בעק געמאכט א טאפאלאגיש געמעל (א "גראף"). כדי די מאפע זאל זיין גאנץ פשוט, האט בעק געשריבן אויף דער מאפע נאר די נעמען פון די סטאנציעס, און האט געמאלט אלע ליניס נאר האריזאנטאל, ווערטיקאל אדער דיאגאנאל מיט א ווינקל פון 45 גראד.

די פארוואלטונג פון דער באן איז געווען זייער סקעפטיש וועגן דער נייער מאפע, און האט נאר געמאכט געציילטע עקסעמפלארן. אבער די מאפע איז אינגיכן געווארן גאר פאפולער, און היינט זי געפינט זיך אין אלע לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציעס און ס'איז געווארן כמעט א סימבאל פון לאנדאן.

במשך די יארן איז די מאפע געווארן געענדערט עטלעכע מאל, אבער זי פאלגט נאכאלץ בעק'ס פלאן. די היינטיקע מאפע ווייזט די אונטערגרונט, די לאנדאנער איבערגרונט, די דאקלאנדס לייכטע באן און טראמלינק.


וועבלינקען

רעפערענצן