אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דעמאקראטיע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.3) (באט צוגעלייגט: ky:Демократия
מ r2.7.2) (באט צוגעלייגט: nso:Democracy
שורה 127: שורה 127:
[[nn:Folkestyre]]
[[nn:Folkestyre]]
[[no:Demokrati]]
[[no:Demokrati]]
[[nso:Democracy]]
[[oc:Democracia]]
[[oc:Democracia]]
[[pap:Demokrasia]]
[[pap:Demokrasia]]

רעוויזיע ביי 23:49, 11 נאָוועמבער 2011

רעגירונג מעטאדן

אנארכיע
דיקטאטור
דעמאקראטיע
סאציאל דעמאקראטיע
מאנארכיע
מיליטערישער רעזשים
פאשיזם
קאמוניזם
קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
רעפובליק
איסלאמישע רעפובליק

דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פֿאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע אידיאל באגריף און גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דער פירונג פון זיין רעגירונג און אז אלע געזעצן זענען פאר שיצן די אינידווידאולע פרייהייטן, וואס מען קען נישט קיינעם גארנישט באגרעניצן נאר אין צוזאמענהאנג מיט די אייגענע זיכערהייט.

די יסודות פון דעמאקראטיע ביי א רעגירונג

  • בירגער אנטיילונג - לאזן די בירגער אויסקלייבן די פירערס פון דער רעגירונג דורך וואלן, און אנטייל נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג דורך נאציאנאלע אדער לאקאלע רעפערענדומס.
  • אויטאריטעט צעטיילונג - צעטיילן די רעגירונגס-מאכט אין עטליכע צווייגן כדי איר באגרעניצן צו די דעמאקראטישע אינטערעסן און איינבייגן די רעגירונג צו די געזעצן פון דעם געריכט גלייך ווי יעדער בירגער. דער געווענליכע צעטיילונג איז אויף עקזעקוטיווע, יורידישע, און לעגיסלאטיווע צווייגן.
  • ליבעראליזם - לאזן דעם בירגער וואקסן און זיך אנטוויקלען עקאנאמיש. (ליבעראל אין לעבנסשטייגער אלס נאטורליכע רעכטונגען - ערלויבן פאר די בירגער פולע פרייהייט אומווענדן זייער פאליטישע, רעליגיעזע, ראסיסטישע, אדער סעקסואליסטישע נייגונגען. אין דעם איז אריינגערעכנט מענטשן-רעכט, פרייהייט פון רעליגיע, ערלויבעניש צו רעדן אדער ארויסגעבן א מיינונג.)
  • סאציאל דעמאקראטיע - א סאציאליסטישע מעטאד צו העלפן די שוואכע מענטשן צו זיך אנטוויקלען.
  • גלייכרעכטיגייט - נישט דיסקרימינירן צווישן פארשידענע סארטן מענטשן.
  • פלארעליזם - געבן פרייהייט פאר יעדן בירגער צו האלטן אייגענע מיינונגען, און לאזן די בירגער זיך צונויפנעמען מיט אייגענע מיינונגען.

נאטירלעכע רעכטונגען און סאציאלישע רעכטונגען

איינע פון די הויפט יסודות אין דעמאקראטיע איז געבן "נאטירלעכע רעכטונגען" פאר יעדן מענטש, ווי: רעכט צו לעבן, רעכט צו פרייהייט (פרייהייט: האבן אייגענע מיינונגען, זיין רעליגיע אדער סעקולערע, ארבעטן, זיך וואנדן אומעטום אין לאנד אדער אין אויסלאנד אד"ג), רעכט צו פארמאגן פארמעגן, רעכט צו זיין גלייכרעכטיק, רעכט צו האבן רעספעקט, רעכט צו האבן פריוואטקייט, רעכט צו האבן א גוטער נאמען בקיצור, רעכט צו זיין א "מענטש".

דעמאקראטיע האט אויך א געשטעל צו געבן "סאציאלאגישע רעכטונגען" ווי געזונטהייט, א פלאץ צו וווינען, שטיצן ארבעטלאסיקע, עלטערערע מענטשן, אלמנות אא"וו. די יסודות זיינען נישט אייניק ביי אלע רעגירונגען, די ליבעראליסטישע געדאנק זאגט אז די רעגירונג דארף היטן די פרייהייט פון יעדן מענטש און ווי װײניקער זיך מישן צו העלפן סאציאלאגיש אויפֿן חשבון פון פאדערן שטייער פון דער אלגעמיינער בירגער. אבער די סאציאל דעמאקראטישע געדאנק האלטן אז סאציאלאגישע רעכטונגען איז אזוי ווי נאטירלעכע רעכטונגען, און די מדינה דארף שנארן פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכערע מענטשן.

א ליבעראלישע רעגירונג (ווי אמעריקע) וועט פאדערן ווייניקער שטייער פון די בירגער און ווייניקער העלפן די שוואכע (זיי וועלן העלפן בעיקר צו נאטירלעכע רעכטונגען און נישט צו סאציאלאגישע רעכטונגען), און א סאציאל דעמאקראטישע רעגירונג (ווי מדינת ישראל) וועלן פאדערן הויכע שטייער פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכע.

פאלקס רעכטונגען

אזעלכע גרופעס וואס האבן אן אייגענעם שניט און נאציאנאליזם, ווי רעליגיע א.ד.ג. פאדערן זייערע רעכטונגען פון די רעגירונג צו היטן זייער מסורת, אויך לגבי דעם דיסקוטירן זיך די ליבעראלישע צוגאנג מיט די אלגעמיינע דעמאקראטישע צוגאנג. לויט די ליבעראלישע צוגאנג (ווי אין אמעריקע) דארף נישט די רעגירונג שטיצן די קליינע פעלקער/גרופעס אין זייער מדינה. און לויט די אנדערע צוגאנג (ווי אין מדינת ישראל), דארף די רעגירונג זארגן פאר די קליינע גרופעס. ווי צ.ב.ש. לאזט די מדינה א זעלבסטשטענדיגע חינוך, און צומאלן אויך א זעלבסטשטענדיגע הערששאפט פאר די גרופע אין א געאגראפישע טעריטאריע.

אנדערע סארטן רעגירונג הערשאפט זיינען

  • אויטוקראטיע - די הערשאפט ווערט געפירט דורך א יחיד אדער עטליכע יחידים, און עס איז נישט דא קיין שום פרייהייט פאר די אלגעמיינע בירגער אנטייל צו נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג. ביישפילן זענען קאמוניסטישע, פאשיסטישע, און דיקטאטרישע רעגירונגען.
  • מאנארכיע - א הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך א קעניגליכן פאמיליע, געקליבן דורך שטאמבוים. א קאנסטיטוציענאלע מאנארכיע קען זיך אויך פירן ווי א דעמאקראטיע.
  • טעאקראטיע - א רעליגיע הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך די רעליגיעזע און גייסטלעכע פירער, ווי צ.ב.ש. איראן, און די טאליבאנער אין אפגאניסטאן.

דעמאקראטיע אין דער תורה

ווען משה רבינו האט פארגעלייגט די תורה־געזעצן פאר די יידן, האט ער פריער גענומען זייער הסכמה דערפון, אזוי ווי עס שטייט (שמות כ"ד ג'): וַיָּבֹא מֹשֶׁה, וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל-דִּבְרֵי יְהוָה, וְאֵת, כָּל-הַמִּשְׁפָּטִים; וַיַּעַן כָּל-הָעָם קוֹל אֶחָד, וַיֹּאמְרוּ, כָּל-הַדְּבָרִים אֲשֶׁר-דִּבֶּר יְהוָה, נַעֲשֶׂה... וְנִשְׁמָע.

װעבלינקען

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא