אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באראק אבאמא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2) (באט צוגעלייגט: nso:Barack Obama
מ r2.5.2) (באט צוגעלייגט: pa:ਬਰਾਕ ਓਬਾਮਾ
שורה 151: שורה 151:
[[oc:Barack Obama]]
[[oc:Barack Obama]]
[[os:Обама, Барак]]
[[os:Обама, Барак]]
[[pa:ਬਰਾਕ ਓਬਾਮਾ]]
[[pag:Barack Obama]]
[[pag:Barack Obama]]
[[pam:Barack Obama]]
[[pam:Barack Obama]]

רעוויזיע ביי 12:31, 11 נאָוועמבער 2011

באַראַק אָבאַמאַ

באַראַק אָבאַמאַ (פֿולער נאמען: באַראַק כוסײן אָבאַמאַ) איז דער 44סטער פרעזידענט פֿון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.

קאנדידירן פֿאַר פּרעזידענט

בעפאר איז ער געווען דער דעמאקראטישער סענאטאר פון אילינויס, און א פאפולערער פיגור אין אמעריקאנער פאליטיק, דינענדיג אלס דער אינגסטער שווארצער סענאטאר אין היסטאריע, און זייענדיג דער איינציגסטער שווארצער סענאט מיטגליד, בלויז איינס פון פינף לענגאויס היסטאריע.

ער איז געווען דער דעמאקראטישער פארטיי קאנדידאט פאר די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008. ער איז געלאפן אין די דעמאקראטשיע פריימעריס קעגן הילערי ראדהעם קלינטאן, און אויף א וואונדערליכן אופן האט ער זי באזיגט, פון אנפאנג האט קיינער נישט געגלייבט אז ער וועט איהר קענען ביי קומען, אבער צו סוף האט עס באוויזן.

ער האט געווונען קעגן דזשאן מעקעין און איז דער 44סטער פרעזידענט.

זיין זיג ווערט צוגעשריבן צו עטליכע פאקטארן, קודם איז די עקאנאמיע אין אמעריקע זייער שווער, ער האט קאמפיינט אז ער וועט מאכן בעסער די עקנאמיע, אין אמעריקע איז דא א ווערטעל "די אמעריקאנער פאלק שטימט לויטן פאקעט בוק, אויב איז די בערזל פול מיט געלד, וועט מען שטימען פאר אלטן פרעזידענט אויב נישט ווען מען נישט שטימען פאר איהם, אזוי איז טאקע איצט געווען, דאס פאלק האט זיך געוואלט דערווייטערן מיט אלעס וואס האט צו טון מיט בוש, און מען האט געזען דעם ראפובליקאנעם קאנדידאט דזשאן מעקעין ווי א נאכפאלגער פון בוש, און מען האט איהם באשטאפט. צווייטענס האט ער זייער גוט קאמפיינט ביי די יונגע, ער האט רעגיסטרירט מליאנען נייע יונגע מענטשן וואס האבן נאכקיינמאלה נישט געשטימט, זיי האבן איהם געהאלפן מיט זיין זיג.

אום יאנואר 2009 איז ער געווארן פרעזידענט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.זיין וויצע פרעזידענט איז דער סאנאטער פון דעלאווער דזשאו ביידען.

ער ווערט באטראכט ווי זייער ליבעראל, אלס איינער וואס וועט פירן פונקט א פארקערטן פאליטיק ווי זיין פארגייער דזשארדזש וואקער בוש, ער וועט זוכען פרידן און זיך נישט איינרייסן מיט דער וועלט, עס בלייבט איבער צו זען צו עס וועט טאקע זיין אזוי.

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא