אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 17: שורה 17:
===אולטרא ארטאדאקסען קומען קיין סי געיט אדאנק הרב מייזעלס===



ביז די מיטעלע 70' יארען האבען קיין סאך היימישע אידען נישט געוואוינט אין סי געיט און די איינצעלע וועלכע האבען יא געוואוינט האבען זיך שווער געפונען דאס פלאץ, עס איז דארט געווען צוויי כשרע האטלען sea gate manor און די ocean breeze hotel ווי מאנכע פלעגן קומען אמאל אויף א שבת און ווי אויך זענען געווען אזאלכע וואס פלעגן דינגען א דירה אויף זימער.


אין די יארען איז הרב מייזעלס אויף געקומען מיטן פלאן אז היימישע אידען זאלען זיך באזעצען אין סי געיט, געזאגט און געטון ער האט באלד געלאזט בויען א גרויסער שול מיט א [[מקוה]] און צוביסליעך האט זיך א עולם פון בארא פארק און וויליאמסבורג זיך באזעצט און סי געיט.





רעוויזיע ביי 23:06, 27 אויגוסט 2006

סי געיט איז א געגנט אין ברוקלין ניו יארק, עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקעל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצען מיט קאני איילענד צו מזרח.


סי געיט איז געגרינדעט געווארען אין 1899 און טוט ביז היינט פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטער שטאט מיט אן אייגענע פאליציי דעפארטמענט און איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון איין זייט און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע (Association)וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 850 היים איינגעטומער.


די אסאציאציע באשטייט פון 21 ערוועלטע איינוואוינער, וואלען קומט פאָר א יעדערס יאר אויף 7 פון די 21 בענקלעך, צו וועלען אדער צו ווערן געוועלט מיז מען זיין אן היים איינגעטומער, דער אסאציאציע באשטימט אויך א פרעזידענט און א ווייס פרעזידענט פון ציווישען אירע מיטגלידער.


אידען אין סי געיט

און די בראשית יארן פון סי געיט האט מען קיין איד נישט אריין געלאזט אבער מיט די צייט האט זיך דאס געטוישט אז מיט א 10יאר צוריק האט די ניו יארק טיימס געשריבען אין אן ארטיקעל איבער סי געיט אז אירע איינוואוינערס זענען 70% אידען איינגעטיילט אין 3 גרופעס, אלט געזעצענע אמעריקאנער אידען, אדטאדאקסישע אידען און רוסישע אידען.


די ערשטער שול וועלכער איז געבויט געווארן אין סי געיט האט און זיינער צייט געהאט אויס צו שטיין פון די אנטעסעמיטישע איינוואוינער וועלכע האבען געמאכט מערערע פראבלעמען מיטן בויען אבער דער שול כנסת ישראל שטייט נאך ביז היינט, און ווערט אנגעפירט דורוך הרב בריקמאן, מיט יארען שפעטער האבען זיך א טייל מתפללים אפגעטיילט און געגרינדעט א נייער שול ווי הרב אריעלי האט געדינט אלץ רב און די 60'-70' יארען, שפעטער אין די 80' יארען איז די שול איבער גענימען געווארען דורוך הרב רובין זין פון סוליצער רבין פון פאר ראקאוועי.


===אולטרא ארטאדאקסען קומען קיין סי געיט אדאנק הרב מייזעלס=== 


ביז די מיטעלע 70' יארען האבען קיין סאך היימישע אידען נישט געוואוינט אין סי געיט און די איינצעלע וועלכע האבען יא געוואוינט האבען זיך שווער געפונען דאס פלאץ, עס איז דארט געווען צוויי כשרע האטלען sea gate manor און די ocean breeze hotel ווי מאנכע פלעגן קומען אמאל אויף א שבת און ווי אויך זענען געווען אזאלכע וואס פלעגן דינגען א דירה אויף זימער.


אין די יארען איז הרב מייזעלס אויף געקומען מיטן פלאן אז היימישע אידען זאלען זיך באזעצען אין סי געיט, געזאגט און געטון ער האט באלד געלאזט בויען א גרויסער שול מיט א מקוה און צוביסליעך האט זיך א עולם פון בארא פארק און וויליאמסבורג זיך באזעצט און סי געיט.