אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סטיוו דזשאבס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.4) (באט געענדערט: my:စတိဗ်ဂျော့စ်
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: ilo:Steve Jobs
שורה 57: שורה 57:
[[hy:Սթիվ Ջոբս]]
[[hy:Սթիվ Ջոբս]]
[[id:Steve Jobs]]
[[id:Steve Jobs]]
[[ilo:Steve Jobs]]
[[io:Steve Jobs]]
[[io:Steve Jobs]]
[[is:Steve Jobs]]
[[is:Steve Jobs]]

רעוויזיע ביי 04:16, 19 אָקטאָבער 2011

סטיוו זשאבס

סטיוו דזשאבס (געב' דעם 24סטן פעברואר 1955) איז דער גרינדער און סי-אי-או פון עפל קאמפיוטער פירמע וועלכע פראדוצירט די מעקינטאש קאמפיוטער און די פאפולערע איי-פאד.

היסטאריע

דזשאבס איז באקאנט אלס א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער און כאריזמע וועלכע האט געברענגט אסאך נייע ערפינדונגן צו די קאמפיוטער וועלט. דזשאבס האט געגרינדעט די עפל קאמפיוטער פירמע אין 1976 און איז ערשט געווען א קאלאבאראטירער און נאנטער פריינט מיט ביל געיטס דער גרינדער פון מייקראסאפט. דזשאבס האט ערצייגט די וועלט'ס ערשטע פערזענליכע קאמפיוטער באקאנט אלס די עפל 2 וועלכע האט אנטהאלטן פראגראמירונג סקריפטס וואס איז געשריבן געווארן דורך מייקראסאפט. מייקראסאפט האט זיך דאן אנגעשלאסן מיט איי-בי-עם און איינגענומען די קאמפיוטער וועלט איבערלאזנדיג עפל מיט געלונגענע פראדוקטן אבער אן קיין ערנסטע סעילס.

דזשאבס איז פארשיקט געווארן פון עפל אין די 80'גער יארן און האט אליינס געבויט עטליכע גוטע קאמפיוטערס וועלכע האבן קיינע נישט געהאט קיין גרויסע הצלחה אויף די מארקעט. עפל האט זיך דאן געפלאגט פינאנציעל און דזשאבס איז צוריק גענומען געווארן אלס סי-אי-או. באלד דערויף האט דזשאבס איבערגעטוישט די פירמע און ערצייגט די איי-מעק קאמפיוטער און שפעטער די פאפולערע איי-פאד וועלכע איז געווארן א ביזנעס ווערט די האלב פון עפל'ס פארדינסטן.