אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קעטסקילס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: he:הרי קטסקיל
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: eo:Katskil-Montaro
שורה 84: שורה 84:
[[ca:Catskill Mountains]]
[[ca:Catskill Mountains]]
[[da:Catskill Mountains]]
[[da:Catskill Mountains]]
[[eo:Katskil-Montaro]]
[[fi:Catskillvuoret]]
[[fi:Catskillvuoret]]
[[fr:Montagnes Catskill]]
[[fr:Montagnes Catskill]]

רעוויזיע ביי 19:41, 16 אָקטאָבער 2011

די קעטסקילס איז א בערגיקע ראיאן אין צפון-מערב ניו יארק שטאַט וועלכע באשטייט פון זעקס קאוינטיס. דער ראיאן פארמאגט באוואוינטע געגענטן איבער דעם יאר אבער ווערט בעיקר פיל אין די זומער מאנאטן דורך צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער, אריינגערעכנט טויזנטער אידן פון אלע סארטן, וועלכע קומען דארט וויילן אין זומער הייזער אדער באנגעלאו קאלאניס.

געאגראפיע

די בערג זענען באקאנט אלס די קעטסקיל בערג וועלכע געפינט זיך צפון-מערב פון ניו יארק סיטי און זיצט אוף די מערב ברעגעס פון דעם האדסאן טייך. כאטש די קעטסקילס ווערן אנגערופן מאונטענס זאגן אבער היסטאריקער אז דאס איז נישט קיין געאגראפישע נאטורליכע מאונטענס נאר איז א פארמאציע פון בערג וועלכע האט ארויסגעשפראצט נאכדעם וואס די געגענט איז נאטורליך געטוישט געווארן דורך עקסטרעמע וועטערס אין א משך פון טויזענטער יארן.

די קעטסקיל בערג איז א טייל פון א גרעסערער שטרעקע פון בערג וועלכע רופט זיך די אלעגהעני פלאטו און ציט זיך אריין אין די שטאטן פון פענסעלוועניע, ווירדזשיניע, און אהייא. די זעלבע בערג ציען זיך אויך אריין אין טענעסי און אין קענטאקי אבער דארט ווערט עס אנגערופן די קאמבערלענד פלאטו. די בערג וועלכע גייען אונטער די נאמען קעטסקילס זענען אלע בערג וועלכע געפינען זיך צווישן די פאלגענדע 6 ניו יארק קאונטיס: אטסעגאו, דעלעוועיר, סוליווען, גרין, סטשאהאריע, און אלסטער. אויף דרום, צפון, און מזרח זענען די בערג באהאפטן צו אנדערע בערג אבער אויף די מערב זייט איז עס א פלוצלינגער העכערונג וועלכע הייבט זיך אן הארט נאך די האדסאן טייך און איז זייער שיין.

די קעטסקיל בערג זענען באוואוסט צו פארמאגן אסאך שטיינער. עס איז פאראן א ווערטל וועלכע זאגט: "אויב די ערד אונטער אייך פארמאגט צוויי שטיינער פאר יעדע שטויב געפינט איר זיך אין די קעטסקילס". כאטש די בערג זענען שטיינערדיג און ווערט נישט פאררעכענט אלס שיינע בערג קעגן אנדערע איז עס אבער אן אויפגעכאפטע אפרו ארט פאר צענדליגער טויזענטער ניו יארקער איינוואוינער וויבאלד עס געפינט זיך נישט ווייט פון ניו יארק סיטי.

די קעטסקיל בערג זענען ווילדע וואס טייטש אז עס גייט הויך און נידעריג זייער פלוצלינג. אין סך הכל פארמאגט עס ארום 30 פונקטן וואו די הויכקיט דעגרייכט מער פון 3,500 פיס. דער העכסטער פונקט געפינט זיך אויפ'ן סלייד מאונטן אין אלסטער קאונטי וועלכע דעגרייכט א הויכקייט פון 4,180 פיס.

ארום 60 פראצענט פון די קעטסקליס איז היינט צו טאג די אייגנשאפט פון פריוואטע מענטשן און ווערט מער און מער. דאס איבעריגע באלאנגט צו די סטעיט און צוויי שטחים זענען פארזיכערט פון פריוואטע פארוואלטונג, זיי זענען די קעטסקיל סטעיט פארק און די קעטסקיל פארעסט פריזוירוו. די קעטסקיל סטעיט פארק איז א שטח פון 700,000 אקער לאנד און גייט אריין אין די 4 קאונטיס דעלוועיר, גרין, סוליווען, און אלסטער. די פארק פארמאגט אויך 4 פון ניו יארק סיטי'ס רעזערווארן און איז די אייגענטום פון די סיטי. די קעטסקיל פארעסט פריזוירוו לויפט דורך כמעט אלע געגענטער און באשטייט פון וועלדער וועלכע איז באשיצט פון פריוואטע אקופאציע.

אויסער די קאונטיס וואו מענטשן וואוינען איבער די יאר איז די איבעריגע נאר א זומער רעזארט ארט פאר דייטשע, טשעכישע, און אידן וועלכע קומען ארויס דארט נאר אין די זומער מאנאטן זינט די 940' יארן. גאר אסאך פון די ערטער ווערן שוין היינט אויפגעהאלטן אויך דורך די ווינטער כדי צו ברענגן ביזנעס פאר סקיאינג און אנדערע שניי ספארטן וועלכע קומען דארט פאר דורכאויס די ווינטער.


אידן אין די קעטסקילס

אידן זענען די דריטע גרעסטע באזעצער אין די קעטסקילס דורכאויס דער זומער און זייער היסטאריע גייט צוריק 65 יאר. די אידן קומען אין די געגענטער וועלכע ווערט גערופן די בארשט בעלט וועלכע לויפט אריין אין די סוליווען און די אלסטער קאונטיס. די געגענטער זענען באוואוינט דורך אשכנזישע אידן, פון פרייע ביז היימישע, דורכאויס עטליכע מאנאטן אין דער זומער. די אידן וואוינען אין האטעלס און אין באנגעלאו קאלאניס אינאיינעם מיט צענדליגער זומער-קעמפס פאר די קינדער. די געגענט ווערט אויך אנגערופן די אידישע אלפס אדער סאלאמאן קאונטי דורך נישט אידישע באזוכער וועלכע קומען אהין דארט וויילן אין דער זומער.

די באוואוינטסטע אידישע רעזארט ערטער זענען: בריקמאנ'ס, בראונ'ס, די קאנקארד, גראסינגער'ס, קוטשער'ס, די ניוועיל, די פיינס, די רעליי, און די ווינסדאר. די היימישע אידן זענען מיינסטענס צעשפרייט אין טיילן פון סוליווען און אלסטער קאונטיס אויף א שטח פון 25 ביי 15 מייל. רוב היימישע באנגעלאו קאלאניס און קעמפס געפינען זיך אין די געגענטער פון מאנטיסעלאו, סאוט פאלסבורג, ווייט לעיק, וואדבורן, ליבערטי, וואודריטש, מאונטן דעיל, סוואן לעיק, גרינפיעלד פארק און נאך.


דער נאמען

דער נאמען קעטסקילס איז ערשט באקאנט געווארן אין דעם 19'טן יאר-הונדערט נאכדעם וואס עס האט געווינען איבער עטליכע אנדערע נעמען. אין ערשט האבן די פארמער וועלכע האבן דארט געוואוינט דאס גערופן די פלעביען און שפעטער האבן אסאך פארגעשלאגן מען זאל דאס רופן די בלויע מאונטענס אלס א דריטע קאליר פון די דערנעבנדיגע גרינע מאונטענס אין ווערמאנט און די ווייסע מאונטענס און ניו העמפשיר.

עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס נאך וואס עס הייסט די קעטסקילס. אט זענען עטליכע פון זיי:

1) צו ערשט האבן געוואוינט דארט די אינדיענס און דערנאך די דאטש (האלאנדישע) וועלכע האבן גערופן די אינדיען שיפן קעט קעסטיל.

2) דער נאמען איז אין ערע פאר דזשעיקאב קעט וועלכע איז געווען א גרויסער ריעל עסטעיט מאגנאט אין די געגענט מיט 200 יאר צוריק.

3) א געוויסע שיף וועלכע האט זיך גערופן די קעט איז ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך נאכ'ן דערטרונקן ווערן הארט בעפאר דער נאמען איז אויסגעקליבן געווארן. לויט די דאטש שפראך קען דאס אויך מיינען א געוויסע טייל פון א שיף וועלכע מאכט די טעאריע אביסל שטערקער.

4) שפיל ערטער פון די דאטש האבן זיך גערופן קעטסבען און דער נאמען איז געבויט אויף יענע יסוד.

וויבאלד עס איז נישט קלאר פון וואו דער נאמען שטאמט איז פאראן עטליכע וועגן וויאזוי מענטשן ספעלן דאס. נאך היינטיגע צייטן איז פאראן 3 ערליי וועגן וויאזוי דאס ווערט אויסגעלייגט, זיי זענען: CATSKILL, CAATSKILL, און CAATERSKILL.


היסטאריע

עס איז נישט קלאר זינט ווען די אינדיענס האבן דארט געוואוינט. די דאטש זענען דארט אנגעקומען אין דאס יאר 609' ווען זי זענען מיטגעפארן מיט הענרי האדסאן צו באזוכן די געגענטער. יארן שפעטער האבן די בריטישע איינגענומען די גאנצע געגענט און אסאך מענטשן האבן זיך אהין געצויגן נאכדעם וואס עס איז געווען שמועות אז עס איז פאראן דארט אסאך גאלד וועלכע איז קיינמאל נישט געטראפן געווארן.

אינעם 16'טן יאר-הונדערט האט אויסגעבראכן קריגערייען צווישן די איינוואוינער און נאך עטליכע יאר פון קאמפערייען איז מען געקומען צו אן אפמאך וועלכע איז גערופן געווארן די הארדנבערג פאטענט. אבער דער אפמאך האט נישט אנגעהאלטן לאנג און עס זענען פארגעקומען אינערליכע קאנפליקטן פאר לאנגע יארן. אין יאר 770' ווען עס איז אנגעקומען די אמעריקאנער רעוואלוציע קירג האט אויסגעבראכן צווישן די קאלאניסטן און די בריטישע ארמיי זענען די איינוואוינער פון די קעטסקילס געווען צעטיילט און האבן זיך געקריגט צווישן זיך. עווענטועל האבן די בריטישע אויפגעשטעלט א לאקאלע ארמיי פון יונגע איינוואוינער וועלכע האבן איינגענומען כמעט די גאנצע קעטסקילס און איז דאן געווארן אן אפיציעלער טייל פון די שטאט ניו יארק.


היסטארישע האטעלן

די קעטסקליס איז באוואוסט מיט אירע 4 סימבאלישע האטעלן וועלכע האבן סערווירט צענדליגער טויזנטער רייכע מענטשן וועלכע פלעגן ארויסקומען צו די קעטסקילס אין די זומערס פון 10 ביז 150 יאר צוריק. קיין איינע פון די האטעלן עקזיסטירט שוין מער נישט אבער זיי זענען פארבליבן א טייל פון די קעטסקילס היסטאריע. זיי זענען די קעטסקיל מאונטן הויז, דער גרענד האטעל, גראסינגער'ס האטעל, און האטעל קעטערסקיל.

די קעטסקיל מאונטן הויז איז געווען די ערשטע האטעל אין די קעטסקילס וועלכע איז נאך געבויט געווארן אין יאר 823' און האט נישט געהאט קין איין קאקורענט ביז'ן יאר 880'. וויבאלד די האטעל האט זיך געפינען נעבן א רעילראוד האט זי געהאט א שטארקע הצלחה. אין די אנפאנג יארן פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט האט מען באזייטיגט רוב רעילראודס ווייל עס איז געווען צו טייער צו אפערירן און צו ווייניג מענטשן האבן זיך באנוצט דערמיט. איינמאל די רעילראוד איז מער נישט געווען איז די האטעל צעפאלן און וויפיל מאל מען האט פרובירט דאס אויפצולעבן איז דאס נישט געגאנגן. אין די ענדע האט די סטעיט אוו ניו יארק דאס אפגעקויפט נאך די צווייטע וועלט מלחמה און וויבאלד די געביידע איז שוין געווען פארניכטעט פון שלעכטע וועטערס האט מען דאס פארברענט צו אש.

די גרענד האטעל איז געבויט געווארן אין יאר 881' מיט 418 צימערן נישט ווייט פון די סלייד מאונטן אין מאנקע היל. די געבוי פון די האטעל איז געווען נאכגעמאכט די באקאנטע אריענטל האטעל אין קאני איילענד, ניו יארק, (שטייט שוין היינט אויך נישט). די האטעל איז געבליבן אין ביזנעס ביז'ן יאר 966' ווען די תקופה פון די רייכע האטעלן האט זיך געענדיגט.

די גראסינגער'ס האטעל איז געווען די גרעסטע האטעל אין די קעטסקילס וועלכע איז געפענט געווארן אין יאר 919'. די אידישע פאמיליע גראסינגער האט געליטן ביזנעס דורכפעלער און האבן באשלאסן צו בויען א כשר'ע האטעל פאר אידן. די ביזנעס האט געוואקסן שנעל און ביז'ן יאר 972' איז די האטעל באשטאנען פון 35 געביידעס איבער 1200 אקער לאנד און האט פארמאגט פער זומער 150,000 געסט. אלע עסן איז געווען כשר אבער אויך גוים פלעגן אהין קומען פאר די געשמאקע סערוויס. די האטעל האט אנגעהאלטן ביז'ן יאר 986'. אויפ'ן ארט איז היינט פאראן גרויסע אידישע קאלאניס.

די קעטערסקיל האטעל איז געווען גאר א רייכע האטעל וועלכע איז געשטאנען צווישן די יאר'ן 881' ביז 924'. נאר גאר רייכע מענטשן האבן זיך געקענט ערלויבן צו דינגן דארט א צימער און ווען די רייכע האבן אנגעהויבן פארלאזן די קעטסקילס איז די האטעל אונטערגעגאנגן.


אטראקציע ערטער

די קעטסקילס איז באוואוסט מיט אירע אינטערעסאנטע מוזעאמ'ס וועלכע זענען צעשפרייט אין אלע ווינקלן און ברענגן צענדליגער טויזענטער באזוכער פער יאר. באקאנט איז די רעילוועי מוזעאם אין פאנעיסיע וועלכע אנדעקט די היסטאריע פון די רעילוועי סיסטעמען וועלכע זענען געווען אין די קעטסקיל בערג יארן פריער. אין מט. פלעסענט איז פאראן א רעילראוד רייד וועלכע טראגט מיילן אין די קעטסקילס צייגנדיג די קעטסקילס היינטיגע לעבן און אמאליגע צייטן. די שטאט קינגסטאן פארמאגט אויך א מוזעאם פון איר היסטאריע וועלכע איז זייער אינטערעסאנט פאר די וואס זענען אינטערעסירט אין די היסטאריע פון די קעטסקילס.

אין די שטעטל סאגערטיס איז פאראן א העכסט אינטערעסאנטער אויסשטעלונג וועלכע רופט זיך "אפוס 40". דארט זענען אויפגעשטעלט פארשידענע קונצליכע ווערק וועלכע איז געמאכט געווארן דורך אן איינצעלענעם מענטש. די וואס פארשטייען צו ארכיטעקטור דארף דאס זיין גאר אינטערעסאנט.

קעטסקיל געים פארעם נעבן די טרואוועי ביי עקזיט 20 איז אן אינטערעסאנטער פארק פאר קינדער מיט איבער 2,000 חיות, בהמות, און עופות, צעטיילט צו 150 מינים. די פארק איז שוין אפען זינט 933' און מיליאנען מענטשן האבן שוין באזוכט דארט איבער די יארן.

זום פלום איז די גרעסטע וואסער פארק אין די קעטסקליס מיט אסאך שפילערייען פאר אלע עלטער. עס געפינט זיך ביי אויסגאנג 21 נישט ווייט פון דורהאם. נאך אן אינטערעסאנטע פלאץ איז די הענדפארד מיל וועלכע אנטהאלט א פארצייטישע מיל וועלכע ארבעט נאך. דאס פלאץ געפינט זיך אין דעלוועיר קאונטי.


וועבלינקען

  • פארשידענע וועגן צו און פון די קעטסקילס. היידפארק