אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקול דיסטריקט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 22: שורה 22:
למעשה, קוקט דאס איז ווי א געהעריגער אידישער חדר אדער שולע, טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז לעגאל אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר פסח לערנט מען מיט די קינדער יציאת מצרים מיטן אויסרייד אז עס איז "היסטאריע" און נישט דוקא רעליגיע.

אויך האבן קעגן דעם געקעפמט די גאר פרייע ליבעראלע אידן וואס האסן רעליגיע, זיי האבן געטענה'ט פונקט פארקערט פון די קנאים, אז דאס איז נישט סעקולער, אפילו מען האט אראפגענומען די מזוזות, ווייל מ'לערנט דארטן אידישע לימודים פון דער תורה, דעריבער טארן זיי נישט באקומען רעגירונג שטיצע, וואס די סאטמארער האבן אופגעוויזן אז די שולע איז אפען אויך אין יידישע ימים טובים אין ווי דער אסימילירטער סופעראיטענטעד האט דעקלערט מיר האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם באשעפער'ס נאמען פונעם סקול , סופרים קארט אורטייל
אויך האבן קעגן דעם געקעפמט די גאר פרייע ליבעראלע אידן וואס האסן רעליגיע, זיי האבן געטענה'ט פונקט פארקערט פון די קנאים, אז דאס איז נישט סעקולער, אפילו מען האט אראפגענומען די מזוזות, ווייל מ'לערנט דארטן אידישע לימודים פון דער תורה, דעריבער טארן זיי נישט באקומען רעגירונג שטיצע, וואס די סאטמארער האבן אופגעוויזן אז די שולע איז אפען אויך אין יידישע ימים טובים אין ווי דער אסימילירטער סופעראיטענטעד האט דעקלערט מיר האבן שווער געארבעט אויסצורייסן דעם באשעפער'ס נאמען פונעם סקול , סופרים קארט אורטייל.
דארטן ווערן אויפגעהאלטן הונדערטע קינדער וואס באקומען הילף און בילדונג דורך פראפיסיאנלע לערערס, פון דעם קרית יואל אומגעגנט
דארטן ווערן אויפגעהאלטן הונדערטער קינדער וואס באקומען הילף און בילדונג דורך פראפעסיענלע לערערס פון דעם קרית יואל אומגעגנט.

[[קאַטעגאָריע:פאליטישער וויסנשאפט]]
[[קאַטעגאָריע:פאליטישע וויסנשאפט]]

[[en:School district]]
[[en:School district]]

רעוויזיע ביי 22:07, 5 סעפּטעמבער 2011

א שולע דיסטריקט איז א געאגראפישע געגנט אין דער פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקעאנער סיסטעם וואס איז אנגעשטעלט מטעם דער רעגירונג אויף אויפשטעלן א סקול באורד.

א יעדע שטאַט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע האט זיין אייגענע געזעצן געווענליך אלס א חלק פון דעם שטאַטקאנסטיטוציע וואס זאגט פאר וואס פארא פריוויליגיעס/רעכטען א יעדע געגענט קען/מוז האבן.

אסאך שטאַטן האבן געזעצן אז יעדע וויליזש קען/מוז האבן זייער אייגענער סקול דיסטריקט וואס איעדער איינוויאנער אין דעם סקול דיסטריקט איז אונטער די סקול באורד פון דעם סקול דיסטריקט לגבי די אחריות פון די איינוואוינער צו די סקול דיסטריקט ווי שטייערן, און לגבי די אחריות פון די סקול באורד לגבי די איינוויאנער ווי סקול באסעס און חינוך.

א יעדע שטאַט האט א געזעץ וואס מאכט זיכער אז אלע איינוואוינער גיהערן צו א סקול דיסטריקט. אזוי ארום קענען אלע קינדער באקומשן א חינוך.

דער קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונגס געשטיצטע פובליק סקול אין קרית יואל, מאנרא, וואס ווערט גענוצט צו העלפן קינדער מיט ספעציעלע געברויכן און א היימיש אידישע סביבה.

דער סקול דיסטריקט איז צושטאנד געקומען אין יאר 1990. מיט 4 יאר שפעטער איז אנטשטאנען א מהומה איבער א קלאנג אז מ'האט דארט אנגעבליך אראפגענומען די מזוזות פון די טירן פון איין געביידע ס'זאל הייסן א סעקולערע סקול כדי צו קענען באקומען די שטאטישע רעגירונג געלטער פאר די ערציאונג פון ספעציעלע קינדער.

דער היתר האט געגעבן דער רב פון קרית יואל ר' אהרן טייטלבוים און זיין טאטע דער פריערדיגער סאטמארער רבי, אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך דער רעגירונג, זענען די אידן דארט בלויזע ארבעטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון דער שולע, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן אין א פאסטאמט אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט.

אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מחאות און קאמפן גרויסע רבנים און רעביס. ר' מאטעלע וויזניצער, ר' יחזקאל ראטה, ר' אברהם לייטנער דער סאלקער רב ר' אליעזר פיש, הגאון רבי רפאל בלום קאשויער רב, רבי יודל גרובער, און אלע רבנים פון די בני יואל. איבער די מיינונג פונעם גאב"ד ירושלים רבי משה אריה פריינד זענען דא צוויי דעות, אין דעם קונטרס דבריהם הן הן זכרונם ארויסגעגעבן דורך זיין שוואגער רבי מענדל טארים ווערט געשריבן אז ער איז געווען שטארק דערקעגן און אויך געשריבן א בריוו און זיך אויסגעדרוקט גאר שארף אקעגן דעם רב ר' אהרן טייטלבוים, פון די אנדערע זייט איז דא א בריוו פון איהם ווי ער ציהט צוריק פו וואס ער האט געשריבן, און אזוי אויך האט ער אויפגענומען דעם רב פון קרית יואל אויף א שיינעם באזוך אויך נאכן זאגן די מכלומר'שטע מימרא.

פון די אנדערע זייט זענען דא שטארקע רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צום מיינונג פונעם סאטמאר'ן רבי'ן ובנו דער קרית יואל'ער רב אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם, ווי הגאון רבי משה ניישלאס דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז ניטשט דא קיין שום חשש, אויך הגאון רבי נתן געשטעטנער בעל להורות נתן פון בני ברק וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר, הגאון רבי משה שטערנבוך ראב"ד פון די עדה החרדית, און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי.

דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפ"י הלכה, און קיינער איז נישט געקומען צו איהם זיך טענה'ען און הערן זיין מיינונג, וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט'ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן.