אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעדואינער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט אראפגענומען: si:Wael badawy
מ r2.7.1) (באט אראפגענומען: hu:Wael badawy
שורה 43: שורה 43:
[[fi:Beduiinit]]
[[fi:Beduiinit]]
[[fr:Bédouins]]
[[fr:Bédouins]]
[[hu:Wael badawy]]
[[id:Suku Badui (Arab)]]
[[id:Suku Badui (Arab)]]
[[it:Beduini]]
[[it:Beduini]]

רעוויזיע ביי 06:22, 7 יוני 2011

בעדואינער זענען אראבער, און רוב זענען מוסלמענער, בעדואינער מיינט מדבר איינוווינער אין אראביש.

די מענטשן לעבן אין מדבר, און זענען וואנדערער פון איין פלאץ צום צווייטן, זיי לעבן אין שבטים צוזאמען, און דער הויפט פון שבט הייסט שייך.

די בעדואינער געפונען זיך אין סאהארא מדבר, סיני האלבאינדזל, ישראל, אראבישער האלבאינדזל און יארדאניע. אין סאודי אראביע און אין יארדאניע, זענען די הערשער טאקע בעדואינער.

בעדואינער זענען געווענליך זייער עקסטרעם, ווען עס קומט צו פאמיליע עהרע, און זייער באהאנדלונג צו פרויען ווענט זיך ביי די שבט, נארמאל האט דער מאן זיין געצעלט, זיינע פרויען אין זייער געצעלט, און די מאן זיצט מיט זיינע בהמות, ווי שעפסן, ציגן, אד"ג.

דאס לעבן פון א בעדואינער, איז געוואנדן אין זיין קעמל, פון די נקבה טרונקט ער מילך, און ער עסט די פלייש פונעם קעמל, פון די האר מאכט ער קליידער, און זיין געצעלט, פון זיין הויט מאכט ער כלים, שיך, פון די קעמלס מיסט, הייצט די בעדואינער אויף וואסער פאר זיין קאווע, און צו דעם אלעם דינט דער קעמל, אויף צו רייטן פון איין פלאץ צום צווייטן.

טייל בעדואינער וועלן צו מאל אויך האבן שאף, אויך פאר מילך און פאר וואל.

ביי די בעדואינער, איז א גרויס חשיבות צו האבן א פערד, אויך א נקבה. א פערד ווערט ספעציעל טייער אויב האט עס ענליך צו א יוחס בריוו, און אויב פארקויפט א בעדואינער זיין פערד, מיינט עס אז זיין עקאנאמישער לאגע, איז גאר שלעכט.

אין די צוואנציגסטן יארהונדערט, ווען גרענעצן, צווישן לענדער זענען געווארן באפולמעכטיקט, און אריבער גיין צו אנדערע איז שווערער געווארן, איז זייער וואנדערונג טיילווייז פארליזירט געווארן, אבער קענענדיק זיך גוט אויס אין מדבר, האבן זיי זיך אסאך פארנומען מיט אריבערשווערצן סחורה, מייסטנס אומלעגאל ווי מענטשן, דראגס, אויפרייס מאטריאל, און אנדערע אומלעגאלע ארטיקלען.

היינט זענען רוב בעדואינער באזעצט אין שטעט מיט הייזער, אין צפון ישראל איז כמעט נישטא קיין געצעלטן, אין נגב, זענען נאך פארהאן, אבער אסאך האבן זיך באזעצט אין שטעטלעך, וואס די רעגירונג האט ספעציעל אויפגעשטעלט פאר זיי.

זיי ווערן באצייכענט אלס גרויסע מכניסי אורחים, זיי באהאנדלען געסט ווי זייער שווארץ אפל פון אויג, אויב איינער רירט צי, צו זיין גאסט, קען עס ברענגן צו א גאנצע קריג, צווישן פאמיליעס אדער שבטים.

זיי האבן א באזונדערע דיאלעקט אראביש, וואס איז אנדערש פון אראביש, גערעדט ביי אנדערע מענטשן.

אין ישראל דינען אסאך פון זיי אין צה"ל, אדער אינעם מדבר רעקאניסענס באטאליאן, אדער אלס אויסשפירער (גששים), וואס באקוקן דעם שטח אויב איז עס ריין פון מינעס אד"ג.