אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.5) (באט געענדערט: ksh:Booch
מ r2.6.5) (באט אראפגענומען: ksh:Booch
שורה 72: שורה 72:
[[kab:Adlis]]
[[kab:Adlis]]
[[ko:책]]
[[ko:책]]
[[ksh:Booch]]
[[ku:Pirtûk]]
[[ku:Pirtûk]]
[[kv:Небӧг]]
[[kv:Небӧг]]

רעוויזיע ביי 00:25, 16 מערץ 2011

ספר (הייליק) אדער א בוך (וועלטלעך) איז געשריבענע בלעטער וואס מען האט פארבונדן צוזאמען.

אלטע ספרים
אלטע ספרים

פארצייטנס, פאר ווען עס איז דערשינען געווארן א דרוקעריי, האט מען געשריבן אויף שטיינער, נאכער אויף מגילות. היינט קען מען ליינען ביכער מיט עלעקטרישע ביכער ווי צום ביישפיל די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך.

היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו.

ביי די פרומע געמיינדע איז די נייע אויבעדערמאנטע טעכנאלאגישע מיטלונגען פארבאטן, און דערפאר די ספרים באנעמען נאך ביי זיי א חשוב'ן פלאץ אין זייער לעבן.

ביי די אידן האט בכלל ספרים שטענדיג פארנומען א וויכטיג פלאץ, אין די ביכער ווערן אידן גערופן עם הספר דאס הייסט א פאלק וואס פארטיפט זיך אין ספרים, און שעפן זייער וויסענשאפט און אלעס וואס זיי האבן פון ספרים, אפילו אין די מיטל אלטער ווען די פעלקער זענען געווען אויסגעטוען פון יעדע סארט וויסענשאפט, איז אבער ביי אידן אייביג געבליבן דאס קוקן אין ביכער און אין ספרים.


וויאזוי צו דרוקען ספרים

דער גאון ר' עקיבא איגר שרייבט אין די הקדמה פון זיינע ספרים אז ער באשווערט מיט א שבועה אלע וואס וועלן דרוקן זיינע חיבורים זאלן זיי עס דרוקן מיט שיינע גרויסע אותיות, ברייטע גליונות, און שיינע בלעטער כדי יעדער זאל זיך שפירן גיט ווען מען קוקט דערין אריין, עס זאל ברעגנען א ברייטקייט, מען זאל זיין באקוועם מיט זיינע ספרים.

אין ספר מדרש פנחס פון ר' פנחס קאריצער שטייט א א ספר מיט קליינע אותיות א א בחינה פון מוחין דקטנות, עס ווייזט אויף א קליינער מוח, א ספר מיט גרויסע אותיות מיט א שיינע אויסלייג איז א בחינה פון מוחין דגדלות, עס ווייזט אויף א ברייטער מוח.