אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוואלוציע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 25: שורה 25:




==די תורה מיינונג==
==תורה==
ווי יעדע נייע זאך איז דאס אויפגענומען מיט שווערע הערצער, אבער די ענין פאר זיך ברויך נישט צו זיין קיין סתירה, ווייל עוועלאציע זאגט נאר וויאזוי זאכן זענען געווארן אנטוויקעלט נאכן באשאפונג.
=== מעשה בראשית פון 6 טאג קעגן ביג בענג טעאריע===
=== מעשה בראשית פון 6 טאג קעגן ביג בענג טעאריע===
אויבן אויף לויט דאס אין קעגנזאץ צו די [[אמונה]], אז [[גאט]] האט באשאפען די וועלט אין זעקס טעג, ווי עס שטייט אין חומש [[בראשית]], "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ".
אויבן אויף לויט דאס אין קעגנזאץ צו די [[אמונה]], אז [[גאט]] האט באשאפען די וועלט אין זעקס טעג, ווי עס שטייט אין חומש [[בראשית]], "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ".

רעוויזיע ביי 19:56, 9 יולי 2006

עוועלושען איז א סייענס טעאריע איבער וועלט באשאף. עס איז היינט צוטאגס די יסוד פון אקעדעמישער און וויסאשאפנטליכע וועלט.

ווי אזוי ארבייט עוועלוציע?

די אנטוויקלונג פון לעבעדיגע ארגאניזמס אלץ א פראצעס וואס האט זיך אנגעהויבן פון איין פרימיטיווער איינ-צעליגער ארגאניזם. אלע לעבעדיגע ארגאניזמס האבן זיך אנטוויקלט איבער מיליאנען יארן. דער מענטש מיט אלע באשעפענישן זענען נישט באשאפן געווארן אויף איינמאל נאר זיך אנטוויקלט פון אנדערע ארגאניזמס לויט דער פראצעס פון נאטורליכע סעלעקציע. נישט אין זעקס מענטשיליכע טעג, ווי אזעלכע גלויבן. נאר שטאפעל ווייז, לויט די עוועלושען טעאריע איז די גאנצע וועלט באשאף, די גאנצע בריאה, צושטאנד געקומען צוביסלעך אין פארלויף פון ביליאנען יארן אין א קאמען דיסענט פראצעדור, פון דעם גענעטישן פראדוקציע, וואס גייט פון דור צו דור. ביז עס האט זיך דעוועלאפירט א וועלט מיט ביליאנען באשעפענישן, בוימער, פלאנצונגען, קאסמישע פלאנעטן אינעם אסטראמיש ריזיגן יונעווערס. פון א מאדערן שטאנדפונקט פארשטייט מען היינט דאס לויט די נאטורליכע סעלעקציע באגריף.

עס איז נישט קיין פראצעס פון באשאפן פון דאסניי

עוואלאשען איז נישט מסביר וויאזוי די באשעפענישן האבן זיך אנגעהויבן פון יש מאין, דאס איז סך הכל א פראצעס פון נאכדעם וואס עס איז שוין געווען לעבן זיך צו אנטוויקעלן אין די פארם פון לעבן וואס מיר האבן היינט.

עס איז היינט דערווייל נאך נישט ערצייגט געווארן קיין שום עדות פון א נייע ארגאניזם וואס האט זיך אנגעהויבן.

נישט טראנספארמאציע נאר ברענטשיג

עס איז נישט אז איין ארגאניזם אדער ספישיס האט געהאט א קינד וואס האט געווען אן אנדער מין באשעפעניש, דאס מיינט נישט עוועלאציע, נאר אז סהאט זיך געטוישט צעביסלעך, און אנשטאט טראנספארמאציע ווערט עס איידער אנגערופען: ברענטשיג, אז א צווייג איז ארויסגעקומען פון די מין וואס צעביסלעך איז דאס געווארן אן אנדער מין.

גרינדונג פון די טעאריע

טשארלס דארווין (Charles Darwin), איז געבוירן פעברואר 1809 און געשטארבן אפריל 1882. זיין וויסנשאפטלעכע טעאריע איבער וועלט באשאף האט ער פובליצירט אין זייך בוך אריגין אפ ספישיס אין 1859.

(געהייסן האט ער טשארלס ראבערט דארווין) ער איז געווען א בריטישער פארשער און וויסנשאפטלעכער, און מער ווייניגער ערפינדן די עוועלושען טעאריע. צו ערשט איז זיין טעאריע באטראכט געווארן אלס א ווילד פרעמדע און ראדיקאלער. יארן לאנג האט ער אויסגעמיטן צו טרעפן מענטשן צוליב מורא אז מ'וועט אים לינטשן צוליב דעם חטא פון פארשפרייטן כפירה. מיט די יארן אבער, בעיקר אין די אנהייב 1900 האט זיין טעאריע באקומען מער און מער מאמענטום, ביז היינט צו טאג, האט די סייענפטיפישע וועלט אנגענומען דארווינס טעאריע, אלס די סאמע קראנטסטע יסוד איבער לעבעדיגע באשעפענישן, כאטש וואס די טעאריע אין איר גרונט, ברענגט מער פראגן ווי ענטפערס.

ער האט נישט געזען אדער אבזערווירט קיינמאל עוואלאציע אין פראצעס, ער האט סך הכל דאס אויסגעטראכט אין זיין מוח אלס א גוטער און ביז היינט דער בעסטער טעאריע צום באשאף.

דער טערמין: עוועלאשען

דאס אמת'ע טייטש פון ווארט מיינט: אנטוויקעלט אין צו א בעסערע מער מעלה'דיגע זאך. כאטשיג עס איז באזירט אויף דארווין'ס טעאריע, איז דער נאמען נישט באשאפן געווארן דורך אים, נאר דורך די וויסענשאפטלער אין זיינע צייטן וואס האבן נישט געקענט באגרייפן אז די וועלט באשאפונג איז טאקע א עקסידענט, וואס איז מער נעגעטיווער קאטאסטראפע, געשען דורך איין'ס פון ביליאנען שאנסן. און זיי האבן נאר געוואלט מסכים זיין האלב מיט אים אז דאס איז אנטוויקעלט אן א פאראויס געזענע אויסגערעכנטע פלאן, אבער דארווין איז געגאנגען ווייטער, ער האט געהאלטן אז די באשאפונג איז נישט אנטוויקעלט נאר געשען בטעות אומפאראויסגעזען און אומאויסגערעכנט, אין ענגליש האט ער דאס גערופן דיסענט מלשון ירידה וואס איז פונקט פארקערט פון אסענט מלשון מעלה. דאס הייסט אז די באשעפעניש איז א עקסידענט דורך נאטורליכע סעלעקציע.


תורה

ווי יעדע נייע זאך איז דאס אויפגענומען מיט שווערע הערצער, אבער די ענין פאר זיך ברויך נישט צו זיין קיין סתירה, ווייל עוועלאציע זאגט נאר וויאזוי זאכן זענען געווארן אנטוויקעלט נאכן באשאפונג.

מעשה בראשית פון 6 טאג קעגן ביג בענג טעאריע

אויבן אויף לויט דאס אין קעגנזאץ צו די אמונה, אז גאט האט באשאפען די וועלט אין זעקס טעג, ווי עס שטייט אין חומש בראשית, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ".

אבער אסאך ענטפערן אז די זעקס טעג פון די תורה מיינט נישט אונזערע מענטשליכע זעקס טעג, נאר אזוי ווי דוד המלך זאגט אז איין טאג ביים באשפער איז ווי טויזענטע טעג ביי אונז. ממילא קען מען דאס נישט ערלקערן אלס סתירה.

ווידעראום אנדערע מער פרומערע קרייזן, ענטפערן אז עס יא א סתירה אין זעקס טאג מיינט מענטשליכע טעג, אבער וויבאלד דער אייבערשטער האט גענדיגט די וועלט באשאף האט ער שוין אריינגעלייגט די פיזישע שטריכן פון א וועלט וואס זעהט אויס ביליאנען יארן. דעריבער פון דא שטאמט דער טעות פון די סייענטיסטן אז די וועלט איז עלטער פו זעקס טויזענט יאר, ווייל די סימנים ווייזן טאקע אויף אזא יארגאנג אבער עס איז באשאפן געווארן אן אלטער וועלט פון געבורט אן.

אלמעכטיגער ג-ט איז א כל יכול, וואס באשאפט יש מאין

און אין קעגנזאץ די אמונה אז גאט האט באשאפן די וועלט א יש מאין, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש. אויף דעם ענטפערן טייל אז די יש מאין קען צוגיין מיט א פראצעס לויט דעם ווילן פון ה' וואס האט געקענט זיין עוועלאשען.

צלם אלוקים, נישט שטאמען פון מאנקיס

עס שטייט קלאר אין די תורה אז ג-ט האט באשאפן דעם מענטש העכער און הייליגער בצלמו ובדמות תבניתו, און לויט די עוועלאשען טעאריע, קומען די מין פון מענטשן גאר ארויס פון מאנקיס.

אויף דעם ענטפערן זיי אז פונקט ווי מ'קען אנמען אז א טיפה סרוחה וואס דער מענטש שטאמט איז נישט קיין סתירה, איז א מאנקי אויך נישט קיין סתירה.

עס איז קעגן די מסורה

עוועלאשאן איז נישט קיין זאך וואס אונזערע עלטערן האבן אנערקענט און בכלל געוויסט, דעריבער איז דאס א דבר חדש וואס איז אסור אין כלל פון אל תטוש תורה אימך.

אויף דעם זאגן זיי אז סייענטיפישע פאקטן קען מען נישט לייקענען אז טאמער האט מען נישט געוויסט די מציאות פון פריערט.