אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל הכהן שור"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
לינק צו ברוך שור
רעפערענץ
שורה 12: שורה 12:


זיין זון איז דער חזן מאריס שור.
זיין זון איז דער חזן מאריס שור.

== רעפערענצן ==
* [http://www.geoffreyshisler.com/Schorr.html ישראל שור (פון זשעפרי שיסלער)]


== וועבלינקען ==
== וועבלינקען ==

רעוויזיע ביי 10:50, 2 מערץ 2011

ישראל הכהן שור (18טן מיי 1886 - 9טן אפריל 1935) איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר פון חזנות.

לעבנסגעשיכטע

ישראל שור איז געבוירן דעם 18טן מיי 1886 אין א חסידישער משפחה אין דער שטאט כיראוו, מזרח גאליציע (היינט מערב אוקראינע).

ער האט צוערשט געדינט אלס בעל מוסף ביי די רביים פון רימאנאוו און טשארטקאוו, שפעטער האט ער געדינט אלס חזן אין פרעמישלא (פשעמישל), דערנאך אין לעמבערג נאך דער פטירה פונעם לעמבערגער חזן, זיין קרוב ברוך שור. פון 1921 - 1924 איז ער געווען הויפט חזן אין פישטיאן, סלאוואקיי. דערנאך האט ער געדאווענט זיבן וואכן אין דער שווייץ, און פון דארט איז ער אין יאר תרפ"ד געקומען אין אמעריקע.

ער איז געווען א חסידישער איד מיט א שיינעם הדרת פנים, און אזוי אויך א גרויסער בעל מחדש פון שיינע קאמפאזיציעס. דאס מערסטע איז באקאנט דאס שטיקל "שיבנה בית המקדש" וואס דער חזן משה קאסעוויצקי פלעגט שטענדיג זינגען. אויך זינגט מען נאך היינט זיין "לפיכך אנחנו חייבים".

ער איז פלוצים געשטארבן אין מיטן א קדיש זאגן זייענדיג בלויז פופציג יאר אלט.

זיין זון איז דער חזן מאריס שור.

רעפערענצן

וועבלינקען