אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם שלמה יאווא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
ראפינירט קאטעגאריע
שורה 51: שורה 51:
{{גרונטסארטיר:יאווא, אברהם}}
{{גרונטסארטיר:יאווא, אברהם}}
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:שרייבערס]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע שרייבערס]]

רעוויזיע ביי 23:37, 20 פֿעברואַר 2011

ר' אברהם שלמה יאווא שליט"א. איז א רב אין וויליאמסבורג, ברוקלין.

פון ספרדישן אפשטאם צום אשכנזישן חסידישן לעבן

א ספרדישער געבוירן אינגל, וואס זיין טאטע האט געצויגן פון ארגענטינע קיין וויליאמסבורג צו זיין נאנט צו ר' יואל טייטלבוים. איז ער אלס קינדווייז אן געשיקט געווארן לערנען אין סאטמאר און געווארן א חסיד, מיטן פולןר סאטמארער לבוש און מנהגים אנדערשט ווי זיינע עלטערן פון דורות פריער וואס זענען געווען ספרדים.

הרבצת התורה

נאך דער חתונה האט ער עוסק געווען אין הרבצת התורה אין אלע חסידישע תלמוד תורה'ס פון ווילימאסבורג.

אויך האט ער שוין געדינט אלס ראש ישיבה מגיד שיעור און מנהל אין פילע חסידישע ישיבות דורכאויס ברוקלין.

אויך שרייבט ער תורה און השקפה ארטיקלען פאר דער בלאט כמעט רעגולאר. זיינע קאלומס לויפן בעיקר אויפן דרך פון זיין רבי ר' אביגדור מילער.

רבנות

נאך דער פטירה פון ר' אביגדור מילער האט ער געעפנט א שול לשמו ולזכרו פון דעם בעל מוסר וואס ר' אברהם שלמה פלעגט אויסהערן זיינע מוסר שמועסן.

די שול אין וויליאמסבורג האט אבער בעיקר מצליח געווען צוליב דעם וואס די איחוד התלמידים פון די ארונים האבן דאס אנערקענט אלס זייערס א סניף.

ער האט דאס א נאמען געגעבן קהילת לעמבערג, סזאל נישט זיין צו קאנטראווערסיאל אז עס זאל הייסן בלויז נאך א ליטווישער איד וואס האט זיך נישט געפירט בדרכי החסידות און כדי דאס זאל האבן מנין פון א חסידישן עולם.

דער לעמבערגער רב, ר' אברהם שלמה האט זיך אנגעטאן א רבניש היטל, און צוזאמען מיט דעם וואס ר' שמואל ווידער לייגט פון אים אריין פאמפע מיט בילדער און באריכטן אין דער בלאט יעדע וואך, איז ער אזוי ארום געווארן אנערקענט אלס רב לכל דבר.

מען רופט זיין קהילה וועד ארבע ארצות

  1. ווייל דער רב אז א ספרדי
  2. דער נאמען לעמבערג א פוילישער
  3. און די מתפללים אונגערישע אפשטאמיגע
  4. און זיי אלע האלטן זיך פאר תלמידים פון ר' אביגדור מילער, א ליטוואק

פון די געניאלע מנהגים וואס דער שול פארמאגט איז נישט רעדן קיין דברים בטלים בשעתן דאווענען. מען דאווענט טאקע דארטן שנעלער און שפעטער ווי איבעראל כדי נאכצוקומען די תקנה.

ער האט שוין צענדליגער מאל דורכגעלערנט חובת הלבבות, ביחידות און ברבים. במסגרת השיעורים אין זיין שול.

ארטיסט

ר' אברהם שלמה האט זייער געלונגענע הענט און זיינע פרעכטיגע באצירונגען זענען פאפולער ביי אלע סאטמארער הויפן סיי ביי די זאלוינים און סיי ביי די ארונים. עס איז דא א אויגן פארכאפענדער קרוין וואס ער האט ערצייגט אלס בחור נאך און איז געווארן באנוצט ביים ברך משה און דערנאך געצויגן געשלעגן און ארעסטירונגען איבער דעם בעלות דערפון צווישן די זאלוינים און ארוינם ער האט זיך נישט געוואלט מישן אין מחלוקת און מפקיר געווען פארן ברך משה און געזאגט אז ווער עס איז די יורש פון ברך משה זאל דא נעמען פארשטייט זיך אז דאס גופא איז די געשלעג צווישן די ברודער.

שימוש תלמידי חכמים

ער האט זוכה געווען לקירבה יתירה סיי ביי ר' אהרן טייטלבוים וואס ער איז געווען א שטוב מענטש אלס בחור נאך ווען ער איז געווען אין מאנרוי ביי אים אין ישיבה, ער איז געווען אזא סארט שטיב מענטש וואס ר' אהרן האט געקענט רעדן מיט אים אין לערנען און ר' אהרן טוט זיך טאקע אויף מיט אים אלס זיין דיימאנט און זעצט אים נעבן זיך אויבן אן אין פארענט פון טויזענטע אידן און פאר אלע איבעריגע רבנים ביי אלע גרויסע מסיבות אין וויליאמסבורג.

אויך איז ער געווען א תלמיד חביב פון ברך משה אלס פייערדיגער חסיד וואס ער האט נישט פארפעלט קיין טישן יארן לאנג נאך דער חתונה אין וויליאמסבורג און שטענדיג געגאנגען זיך קוויטלן צו יעדער קלענסטער געלגענהייט.

אויך ביים אשווארע רבי וואס ער ווייסט נאצוזאגן א שלל פון מעשיות אין סיפורי צדיקים פון אמאליגען דור. וואס היינט צוטאגס באזוכט ער אים וועכענטליך צו שמועסן און מקבל זיין פון דעם אמאליגען אוצר.

אבער בעיקר האט ער זיך אויסגעפארעמט זיין לעבן ביי ר' אביגדור מילער וואס ער האט נאכגעלאפן מיט מסירת נפש כאטשיג ר' אביגדור האט אים שטענדיג פארטריבן פון זיך נישט וועלענדיג האבן קיין חסידים.

משך פון די לעצטע פינף יאר פונעם לעבן און שאפן פון ר' אביגדור הערט מען אויף הונדערטער טעיפס די שטימע פון ר' אברהם שלמה פרעגן כל מיני שאלות פון ר' אביגדורס שיעורים אז דער דבר ה' זאל ארויסגיין אויף די וועלט.

פון זיי זענען מלובן די דבר ה' איבער כל מיני פראגעס אינטערנעט עירוב סאטמאר ווידעא חינוך און נאך. אלעס אין שכר פון ר' אברהם שלמה וואס האט געפרעגט נאכאנאנד אן קיין בושה. פילע מאל הערט מען ר' אביגדור זאגן אז ער וויל נישט ענפטערן די שאלה צוליב דעם וואס דאס האט אן אנדער תירוץ פאר יעדן באזונדער און ער בעט אים צו רופן פריוואט אויפן טעלעפאון, די קומענדיגע טעיפ הערט מען ווי ר' אברהם שלמה האט גענומען בערך די זעלבע שאלה און דאס אויסגעדרייט אז ר' אביגדור זאל יא קענען ענטפערן און זיך נישט ארויסדרייען.

ר' אברהם שלמה פלעגט שטענדיג בעטן ר' אביגדור צו מאכן נאך שיעורים און אסאך מאל האט ער נאכגעגעבן. ווי למשל די אידיש שיעור חול המועד און נאך וואס ר' אביגדור איז ספעציעל ארויס מגדרו אויף די נודניקע שטיק פון ר' אברהם שלמה.

ער פלעגט שטענדיג טראגן אינגעלייט און בחורים צו ר' אביגדור אפט מאל פילע מאל א וואך פון וויליאמסבורג קיין פלעטבוש ווען אימער נאר שייך צו הערן און צו זעהן דעם צדיק'ס עבודה. ר' אברהם שלמה האט זיך זעלבסט נישט אוועקעגערורט פון ר' אביגדור, ספעציעל אין די הייליגע טעג ווי די עבודה פונעם צדיק האט זיך מער ארויסגעוויזן, און האט טאקע זוכה געווען ביים לעצטען מינוט צו אביסל קורת רוח ווען ביי די גסיסה פון ר' אביגדור האט ער אים ענדליך צוגעריפן דאס ערשטע מאל וואס ער האט אים אנגעקוקט און זיך באדאנקט און אים איבערגעבעטן אז ער האט אים נישט גענוג מקרב געווען און ארויסגעוויזן אנערקענונג אויף זיין געטריישפאט דורך אים פערזענליך געבן זיין סידור במתנה אוועק פון די אייניקלעך וואס האבן פראטעסטירט, און ר' אביגדורס ענטפער געווען אז ביי חסידים איז דאס א ווערד און ביי ליטוואקעס וועט דאס נישט זיין קיין ווערד.דאס איז געווען די לעצטער אקט פון יציאת נשמתו הטהורה אז ער האט זיך אזוי בחביבות באצויגן צו ר' אברהם שלמה שליט"א.