אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דעלאטין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מיר האבן נישט געטוישט! מיר האבן פארפאסט דעם בלאטץ..... הערות קענט איהר שיקען אויף delatyn@gmail.com
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 16:40, 22 דעצעמבער 2010

אין קורצן

די שטאט דעלאטין וואס געפינט זיך אין גאליציע (היינט אוקריינא) איז געוועהן פאר די קריג א עיר ואם בישראל, ווי די ארגענעזאציע אבותינו (וואס גיט זיך אפ מיט איבערבויען בתי חיים אין איירופע) איז מעיד, איז דאס די צווייט גרעסטע בית החיים וואס זיי האבען דערווייל געזעהן מיט אזוי פיל אידישע קברים, ווי צווישען אנדערע ליגט דארט הרה"ק ר' נחום מרדכי פריעדמאן זצ"ל א רעכטע אייניקל פועם ריזשינער זי"ע, וואס דאס ווארפט א שטיקל בילד וואס פארא גרויסע אידישע שטאט דאס איז געוועהן בעפארן קריג.

די שטאט דעלאטין געפינט זיך אויף א בארג, וואס איז גאנץ לופטיג אין די זומער חדשים וואס אחוץ די אידען וואס האבן געוואוינט דארט אגאנץ יאר, פלעגט דאס ארויסברענגען אידישע משפחות פארוויילן דארט אין די זומער, ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט פארציילן אז זיין פאטער פלעגט ארויספארען יעדען זומער וויילען דארט בערך 6 וואכן.

עס האט זיך געפינען אין דעלאטין אסאך קלויזען פון פארשידע קרייזען, אבער רוב רובו פונעם שטאט זענען געוועהן זידיטשוב'ע חסידים, ממילא האבען זיי אויפגענומען פארן שטאט רב הרה"ק רבי נפתלי עהרליך זצ"ל וואס ער איז געוועהן אן אייניקל פונעם עטרת צבי זי"ע, און ער האט געדינט אלץ שטאט רב פאר כמעט א יובל יארען ביז ממש דעם ביטערן חורבן.

דער דעלאטינער רב זצ"ל איז נסתלק געווארן ה' שבט תש"א, אבער עס איז שוין גרויסע צרות דאן אין די שטאט, האבען די חברה קדישא געמיזט אים באהאלטען אין ביה"ח אינמיטן די נאכט אין די פינסטערניש, ווי די ימ"ש זאלן נישט מערקן וואס קימט פאר, ווי אויך איז אנוועזענד געוועהן זיין זוהן הרה"צ שלמה יעקב זצ"ל, וואס איז צירוקגעקומען נאכן קריג לייגען אן אנדענק פארן גרויסן פאטער, אבער האט זיך בשום אופן נישט געקענט דערמאנען דעם גענויעם מקום מנוחתו.

דעלאטין איז ווי אלע גרויסע שטעט פארן קריג אנגעהויבן אריינבלאזן פרייע ווינטען אבער די רב איז געשטאנען פעלזן פעסט און געקריגט מיט זיי טריט און שריט.

די דייטשען זענען אריינגעקומען און יענאוואר 1941 אין אריינגשטעלט אלע יודן אין וואלד און במשך 3 טאג האבען זיי אלע אויסגעשאסען הי"ד, אן אלטישקע פארציילט דארט אז זי האט נאך אלץ שלאפלאזע נעכט ווען די דערמאנט זיך די יאמערליכע קולות וואס מהאט ארויסגעהערט פון וואלד במשך יענע ביטערע טעג, אין די קולות פון די שיסערייען ה"י.

היינט ציטאג איז ליידער נישט געבליבן קיין זכר פון אידישקייט אין שטאט, אחוץ די גרויסע אידישער בית החיים ווי אויווען דערמאנט, אין א פלא אז די דייטשען האבען דאס נישט חרוב געמאכט (קאן זיין ווייל עס איז ביים עק פון שטאט אויף א הויכען בארג האבען זיי נישט באמערק, עכ"פ כך גזרו יתברך שמו אז עס זאל נישט געטשעפעט ווערן).

לערי לינדענבערג פון אר"י א יליד דעלאטין און א תלמיד פונעם רב'ס ישיבה אין דעלאטין איז אהין געפארען מיט יארען צירוק, און פרובירט צי טרעפען עפעס איבערבלייבענישן פונען אמאל, און באוויינט ביטער וואס פאר א חורבן ערהאט דארט געפונען (זיין זוהן א פילם פראדעצירער איז מיטגעפארען און דאן פארפאסט דעם פילם RETURN TO MY SHTETEL DELATYN ווי ער האט פארקויפט הינדערעטער עקזעמפלארן ביז עס איז אויסגעגאנגען)

אין תחילת כ' יארן איז פארגעקומען א גרויסע קאנווענטשען פון ילידי דעלאטין, איבערשמועסן זכרונות פון אמאל און זיך רי-יונייטען, אבער דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

עס געפונען זיך היינט איבער די וועלט פילע אייניקלעך פון אידען וואס האבן געוואוינט אין דעלאטין, ווי אויך פונעם רב איז געבליבען אסאך אייניקלעך, פון זיין זוהן הרה"ק ר' לייבוש פון בערעגסאז זצ"ל איז איבערגעבליבן איין מיידל מרת עטל מערמעלשטיין ע"ה וואס האט וואינדערליך איבערגעלעבט דעם קריג און דערנאך אויפגעשטעלט א משפחה לשם ולתפארת, און זיין טאכטער הרבנית שרה חנה ראטענבערג איז שוין ארויסגעקומען פארן קריג און זיך באזעצט אין די בראנקס ציזאמען עם בעלה הרה"ק פנחס שלום מקאסאן זצ"ל.