אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף שלמה כהנעמאן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'הרב '''יוסף שלמה כַהַנעמאן''' (ה'תרמ"ו - כ' אלול ה'תשכ"ט) איז געווען רב אין פאנאוועזש,...'
 
מ באט צוגעלייגט: en:Yosef Shlomo Kahaneman
שורה 28: שורה 28:
[[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]

[[en:Yosef Shlomo Kahaneman]]
[[he:יוסף שלמה כהנמן]]
[[he:יוסף שלמה כהנמן]]

רעוויזיע ביי 12:43, 19 נאָוועמבער 2010

הרב יוסף שלמה כַהַנעמאן (ה'תרמ"ו - כ' אלול ה'תשכ"ט) איז געווען רב אין פאנאוועזש, ליטע, וואו ער האט אויפגעשטעלט די פאנאוועזשער ישיבה. ביים חורבן אייראפע האט ער געגרינדעט די ישיבה נאכאמאל אין בני ברק אין ארץ ישראל. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל [1].

ביאגראפיע

הרב כהנעמאן איז געבוירן אין דעם קליינעם שטעטל קול, ליטא, וואס האט געהאט א יידישע געמיינדע פון 100 מענטשן.[1] ער האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה ביי רבי אליעזר גארדאן און רבי שמעון שקאפ. שפעטער האט ער געלערנט א יאר אין נאווהארדאק און דריי יאר אין דער ראדינער ישיבה ביים חפץ חיים. שוין יונגערהייט האט מען דערקענט ביי אים א כח פון פירערשאפט און ארגאניזאציע..

ער איז געווארן אן איידערם ביים ווידזשער רב. ווען מ'האט גערופן זיין שווער ווערן רב אין ווילקאמיר, האט מען אויפגענומען ר' יוסף שלמה אלס רבי אין ווידזש. אין תרע"ו איז ער געווארן ראש ישיבה אין גראדנע. אין תרע"ט, נאך דער פטירה פון רב איצעלע פאנאוועזשער, האט די פאנאוועזשער קהילה באשטימט רב יוסף שלמה דעם נעקסטן רב. ער האט געגרינדעט די ישיבה "אהל יצחק" אין פאנאוועזש אויפן נאמען פון זיין פארגייער.

אין די יארן 1923-1925 איז ער געווען א מיטגליד אינעם ליטווישן פארלאמענט.

ער איז געבליבן פאנאוועזשער ביז דער סאוועטן פארבאנד האט אנעקסירט ליטע אין ת"ש. ווען די דייטשן האבן אינוואדירט ליטע, איז דער רב געווען אין דער פרעמד, אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, מיט זיי זון אברהם, אבער זיין ווייב אין אלע אנדערע קינדער זענען אומגעקומען.

אין ת"ש איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים

אין תש"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן אין בני ברק א ישיבה אויפן נאמען פון דער פאנאוועזשער קהילה וואס די דייטשן האבן פארניכטעט.

בני ברק

נאך זיין פטירה האט די בני ברק שטאטראט געענדערט דעם נאמען פון השומר גאס, איינע פון די הויפטגאסן אין דער שטאט, צו הרב כהנעמען גאס.

רעפערענצן