אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרעדשיט"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
בילד
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[בילד:Screenshot of an Excel spreadsheet.png|left|thumb|אן עקסעל ספרעדשיט]]
[[בילד:ExcelSpreadsheet.png|left|thumb|אן עקסעל ספרעדשיט]]


א '''ספרעדשיט''' איז אן ''אויסגעשפרייטע - שיכט'' פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע.
א '''ספרעדשיט''' איז אן ''אויסגעשפרייטע - שיכט'' פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע.

רעוויזיע ביי 23:50, 19 יוני 2006

אן עקסעל ספרעדשיט

א ספרעדשיט איז אן אויסגעשפרייטע - שיכט פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע.

דער פארם איז געווען ברייט באנוצט אין בוכהאלטעריי, ביי וועלכע מען לייגט אויס די אינפארמאציע אין עמודים און שורות. מיט'ן אויפקום פון דעם ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז דאס געווארן פיל מער פאפולער אויף צו ניצן אויף פארשידענע סארטן אינפארמאציע.

אן עלעקטראנישן ספרעדשיט

דער ערשטער ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז געווען וויזי-קאלק, וואס האט איבערגעדרייט דער וועלט פון בוכהאלטעריי. עס איז געווען צו האבן נאר פאר'ן עפל II קאמפיוטער, און דער פראגראם איז געווען אזוי פאפולער אז אפטמאל האבן מענטשן געקויפט קאמפיוטערס נאר פאר דעם וויזי-קאלק פראגראם.

נאכפאלגער

לאוטוס

מיט דער איי.בי.עם. פי.סי. האט זיך איבערגע'חזר'ט אן ענליכן שפיל. דער קאמפיוטער איז ארויסגעקומען אין 1982 און האט אין אנהייב נישט געהאט צופיל ערפאלג. מיט'ן ארויסקום פון דעם לאוטוס 1-2-3 פראגראם האט זיך דער מצב דראסטיש געטוישט. לאוטוס איז געווען פיל בעסער אויסגעארבעט ווי וויזי-קאלק, און דאס האט געטריבן דער פארקויף פון דעם איי.בי.עם. פי.סי. אויף גאר הויכע נומערן. וויזי-קאלק האט נישט געקענט נאכפאלגן די פאבעסערונגען פון לאוטוס, און ביז אפאר יאר איז עס אראפ פון מארק.

מייקראסאפט עקסעל

ווידער האט זיך איבערגע'חזר'ט דעם שפיל ווען מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן דעם עקסעל פראגראם. מייקראסאפט האט דאס קודם געמאכט פאר דעם עפל מעקינטאש סיסטעם און דאס אנטוויקלט גאר מאכטפול. מיט'ן ארויסגעבן פון דעם ווינדאוס 3.1 אפערעיטינג סיסטעם, האט מייקראסאפט אריבער געברענגט דעם עקסעל פראגראם צום איי.בי.עם. פי.סי. פלאטפארם. מיט'ן פאפולאריטעט פון דעם ווינדאוס פלאטפארם איז עקסעל געווארן שטארק אנגענומען. ביז לאוטוס איז אנגעקומען צו מאכן אן ענליכער פראדוקט פאר'ן ווינדאוס סיסטעם האט שוין מייקראסאפט געהאט אריינגעבינדען עקסעל מיט דעם גאר נוצבאר און פאפולערן מייקראסאפט אפיס סוויטע, א ריזן פארזאמלונג פון וויכטיגע אפיס פראגראמען וואס זענען זינט דעמאלס די מערסטע פאפולער אויף רוב קאמפיוטער סיסטעמס.

פארמיולעס

דער הויפט וועג וויאזוי מען באנוצט זיך מיט א ספרעדשיט פראגראם איז דורך אריינלייגן פארמיולעס וואס טוען זיך באציען צו אנדערע קעסטלעך און ווירקט א געוויסן חשבון לויט די אנווייזונגען.

יעדער קעסטל אין דעם ספרעדשיט האט אן אייגענעם אדרעס, לויט ווי עס איז פלאצירט, וואס איז צוזאם געשטעלט פון דעם עמוד און דער שורה. צ.ב.ש. דער ערשטער קעסטל אויפ'ן אויבערשטע שורה אויף לינקס האט אן אדרעס פון A1. צו רעכטס פון דעם איז B1, דערנאך C1, א.א.וו. די צווייטער שורה גייט עס A2, B2, C2, א.א.וו.

א פארמיולע איז א געוויסן קאוד וואס רעכנט צוזאם לויט די אנגעגעבענע קעסטל אדרעסן. צ.ב.ש. א פארמיולע A1+A2 וועט געבן אלץ רעזולטאט דעם טאטאל פון די צוויי אנגעגעבענע קעסטלעך.


היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען

היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען פארמאגן גאר שטארקע מעגליכקייטן און זענען פארעכנט כמעט אלץ אן אייגענעם פראגראמירונגס פלאטפארם. דער פראגראם האט די מעגליכקייט פון דורכפירן גאר קאמפליצירטע חשבונות. די פראגראמען ערלויבן א גרויסן צאל פונקציעס צו קענען טון אן א שיעור קאמפליצירטע רעכנונגען.

עטליכע פשוטע פונקציעס זענען ווי פאלגענד:

  • Average(A1:A30) - וועט געבן אלץ רעזולטאט דער דורכשניט פון די דרייסיג קעסטלעך פון A1 ביז A30.
  • Max(B1:B30) - וועט געבן דעם גרעסטן נומער פון די אנגעגעבענע קעסטלעך.
  • IF(A1 > 100, A1, B1) - אויב A1 פארמאגט א נומער העכער הונדערט וועט דער רעזולטאט זיין פון דעם A1 קעסטל. אויב נישט וועט דער רעזולטאט זיין פון B1.


דרויסענדע לינקס