אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שרגא פייוויש האגער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 22: שורה 22:


אזוי ארום טוט ער א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגן פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.
אזוי ארום טוט ער א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגן פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.
{{גרונטסארטיר:האגער, שרגא}}

[[קאַטעגאָריע:רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]]



רעוויזיע ביי 22:52, 6 יוני 2010

הר"ר שרגא פייוויש האגער באקאנט אלס קאסאווער רבי שליט"א.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אנדערשט ווי אלע רבי'ס דעריבער איז ער אנגענומען אלס א מאדערן פון איין זייט גענוג אז די באמעס זאלן אים רעספעקטירן, און אויך אלס גרויסער תלמוד חכם און עובד ה' אז די פרומע און די קנאים זאלן אים נישט קענען באקעמפן און אפסטעמפעלען אלס לינקער.

ער איז אן איידעם פון ר' חיים וואזנער, געוועזענער רב פון דער סאטמארער קהילה אין לאנדאן, און איז אזוי ארום אן אייניקל פון דעם חסידישן פוסק הדור ר' שמואל וואזנער.

געדינט האט ער אלס דיין אין וויזניץ מאנסי קהילה אין בארא פארק זיך ערווארבן א נאמען אלס גאר א אחריותדיגער פוסק וואס ארבעט מיט אינגעלייט און ווייזט זיי די וועג אין עבודת ה'.

דערנאך זיך אפגעטיילט פון דארטן און געעפנט אן אייגן חסידות, די רעבישע קענען נישט האבן קיין טענות צו אים ווייל ער איז באמת א גרויסער יחסן מיט שענערע יחוס ווי אסאך רביס.

אבער זיין רעביסטעווע איז אנדערשט ווי אלע אדמורי"ם ווייל ער רעדט שמועסט און שפילט זיך מיט יעדעס קינד פונקט ווי א נארמאלער בעל הבית.

אבער פון די אנדערע זייט מאכט ער טישן און שטיק פון א אדמו"ר כדי צו געבן שטאף פאר די חסידים זיי זאלן זיך קאכן אין זיין פערזענליכקייט און אים האלטן העכער ווי א געטליכער מענטש.

אזוי ארום האט ער זיך אהער געשטעלט אין היינטיגען דור אלס איינער פון די גרעסטע מאכטן.

ער האט מתיר געווען דעם עירוב אין בארא פארק צוליב קבלה, און איז געווען א הויפט כוח דאס אויפצושטעלן ביז זיין רבי דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט אים באפוילן צו שווייגן דערוועגן צוליב די סאטמאר פראבלעם דערמיט.

ער האט געגעבן דעם שטופ פאראויס פאר זשעי נעט אז זיי מעגן יא לאזן דעם עולם באזוכן גוגל כאטשיג רוב רבנים האבן מורא געהאט פון אזא אפענער צוטריט אבער ער איז געווארן אנגענומען צוליב דעם וואס די רבנים האלטן אז ער פארשטייט די מערסטע צום המון עם.

ער איז די איינציגסטע רעספעקטירטער רבי אדער רב וואס גייט יא אויפטרעטן ביי די ארונים כאטשיג די איצטיגע סאטמאר מחלוקת וואס האלט יעדן אין די זייט נישט צו נעמען א שטעלונג דערווייל אחוץ אז מען ווערט אפגעסטעמפלט אלס ארוני אדער זאלי.

אזוי ארום טוט ער א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגן פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.