אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מבול וואסער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: ar:أسطورة الطوفان
מ באט געענדערט: ar:طوفان نوح
שורה 30: שורה 30:
[[he:המבול]]
[[he:המבול]]
[[de:Sintflut]]
[[de:Sintflut]]
[[ar:أسطورة الطوفان]]
[[ar:طوفان نوح]]
[[bg:Потоп]]
[[bg:Потоп]]
[[bn:মহাপ্লাবন (পুরাণ)]]
[[bn:মহাপ্লাবন (পুরাণ)]]

רעוויזיע ביי 16:39, 10 אַפּריל 2010

גוסטאווע דארעס באמאלדונג

מבול וואסער איז זייער א גרויסע פארפלייצונג. אין די געשיכטע ווערט דערציילט א לעגנעדע פון דער געניצער גילגאמעש אז אזוי א מבול האט פארצייטנס באטראפן דער וועלט. די געשיכטע איז אויך ענדלעך דערציילט אין די תורה.

די תנכישע פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז עס האט טאקע דאן פאסירט א גרויסע פארפלייצונג, צוליב דעם וואס גרויסע שטיקער אייז זיינען אויסגעגאנגען, און האבן פארפלייצט פיל שטעט ארום די פלאזשע. אויך האבן די ארכיאלאגער געפונען גאנצענע דערפער 300 מעטער אונטערן שווארצן ים, אפשר פון אן אויסברעך פון דעם מיטלענדישן ים דורך באספארוס דורכגאס.

די געשיכטע אין די תורה

אין יאר א'רנ"ו, אין די צייטן פון נח, ווען גאט האט געזען אז די מענטשן זיינען שלעכט, און נאר איין צדיק נח איז געווען אויף דער וועלט, האט ער באשלאסן צו אפווישן דעם גאנצן באשטאנד * מיט וואסער. ער האט באפוילט נח'ן צו בויען א ריזיגן קאסטן וואס הייסט תיבת נח, און ער זאל צונויפנעמען אלע חיות פון דער גארער וועלט און זיי אריינברענגען אינעם קאסטן, כדי זאלן זיי נישט ווערן פארשווונדן און פארלענדעט. עס איז געשען א נס אז אלע חיות האבן דארטן אריינגעפיט און איבערגעלעבט.

די געשיכטע פון נח אין דער תורה ווערט דערציילט אין צוויי באזונדערע ווערסיעס. לויט די תנכישע-פארשער איז דאס צוויי ווערסיעס וואס מען האט צעמישט און צוזאמען געשטעלט אונטער איין געשיכטע. די אונטערשיידן זיינען:

  • וויפל צייט איז געווען די מבול?
1) 40 טעג: ”וַיְהִי הַגֶּשֶׁם, עַל-הָאָרֶץ, אַרְבָּעִים יוֹם, וְאַרְבָּעִים לָיְלָה” (פרק ז' פסוק י"ב).
2) 150 טעג: ”וַיִּגְבְּרוּ הַמַּיִם, עַל-הָאָרֶץ, חֲמִשִּׁים וּמְאַת, יוֹם” (פרק ז' פסוק כ"ד).
  • וועמען האט נח אריינגענומען אינעם קאסטן?
1) 2 פון יעדן מין סיי טמאנע און סיי טהורדיקע: ”וּמִכָּל-הָחַי מִכָּל-בָּשָׂר שְׁנַיִם מִכֹּל, תָּבִיא אֶל-הַתֵּבָה--לְהַחֲיֹת אִתָּךְ: זָכָר וּנְקֵבָה, יִהְיוּ. מֵהָעוֹף לְמִינֵהוּ, וּמִן-הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ, מִכֹּל רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה, לְמִינֵהוּ--שְׁנַיִם מִכֹּל יָבֹאוּ אֵלֶיךָ לְהַחֲיוֹת... מִן-הַבְּהֵמָה, הַטְּהוֹרָה, וּמִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר אֵינֶנָּה טְהֹרָה; וּמִן-הָעוֹף--וְכֹל אֲשֶׁר-רֹמֵשׂ, עַל-הָאֲדָמָה. שְׁנַיִם שְׁנַיִם בָּאוּ אֶל-נֹחַ, אֶל-הַתֵּבָה--זָכָר וּנְקֵבָה: כַּאֲשֶׁר צִוָּה אֱלֹהִים, אֶת-נֹחַ” (פרק ו' + פרק ז')
2) 7 פון דער טהורדיקער מין און צוויי פון דער טמאנער מין: ”מִכֹּל הַבְּהֵמָה הַטְּהוֹרָה, תִּקַּח-לְךָ שִׁבְעָה שִׁבְעָה--אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ; וּמִן-הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר לֹא טְהֹרָה הִוא, שְׁנַיִם--אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ. ג גַּם מֵעוֹף הַשָּׁמַיִם שִׁבְעָה שִׁבְעָה, זָכָר וּנְקֵבָה, לְחַיּוֹת זֶרַע, עַל-פְּנֵי כָל-הָאָרֶץ” (פרק ז').

די טראדיציער מפרשים פארענטפערן די סתירות.

פארדרייט די יוצרות פון נאטור

לויט געוויסע תלמידי חכמים, איז דער מבול די גאנצע אורזאך פארוואס די װיסנשאַפֿטלערס מיינען אז די וועלט איז עלטער ווי די תורה זאגט, ווייל דאס האט פארדרייט די קוילנשטאף אפצייכענונגן פון דער ערד עס זאל אויסזעהן עלטער[פֿעלט אַ מקור].