אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי לייפער (נאדווארנא)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''רבי מרדכי לייפער זצ"ל''' (י"ט אייר ה'תקפ"ה - ט"ו תשרי ה'תרנ"ה), רבי פון נאדווארנא. ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 12:13, 14 פֿעברואַר 2010

רבי מרדכי לייפער זצ"ל (י"ט אייר ה'תקפ"ה - ט"ו תשרי ה'תרנ"ה), רבי פון נאדווארנא.

אפשטאם

רבי מאטאלע איז געבוירן אין יאר י"ט אייר ה'תקפ"ה צו זיין פאטער רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, רבי אין נאדווארנא, א זון פון רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך, א זון פון רבי חיים גבריאל בלאך, מחבר פון ספר יפה נוף, א זון פון רבי יוסף פון אלעסק, מחבר פון ספר גנזי יוסף.

רבנות

רבי מאטאלע האט זיך אוועק געצויגן פון נאדווארנא קיין גאליציא, און נאכהער אין יאר ה'תרכ"ה האט ער זיך באזעצט אין אונגארן, קודם איז ער געוווען אין קיוויאשד נאכהער אין חוסט, און שפעטער אין באשטינא.

הסתלקות

רבי מאטאלע איז האט נפטר געווארן דעם ערשטן טאג סוכות ט"ו תשרי ה'תרנ"ה.

זיין פאמיליע

רבי מאטאלע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון רבי שמואל שמעלקא טויבש, רב אין יאסי. זיינע קינדער:

  • הרב יצחק לייפער פון סטאניסלאוו
  • הרב ישכר דוב
  • הרב מאיר רויזנבוים
  • הרב ישראל יעקב
  • הרב אהרן משה
  • הרב יוסף
  • מרת בינא

זעט אויך

רעפערענצען

  • פנים מאירים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר