אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איינקויף צענטער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ar:مركز تسوق
מ באט צוגעלייגט: fo:Sølumiðstøð
שורה 32: שורה 32:
[[fa:مرکز خرید]]
[[fa:مرکز خرید]]
[[fi:Kauppakeskus]]
[[fi:Kauppakeskus]]
[[fo:Sølumiðstøð]]
[[fr:Centre commercial]]
[[fr:Centre commercial]]
[[id:Mal]]
[[id:Mal]]

רעוויזיע ביי 11:33, 31 דעצעמבער 2009

א שאפינג מאלל, אדער שאפינג צענטער, איז א געביידע אדער עטליכע געביידעס וועלכע פארמאגן צענדליגער ריטעיל געשעפטן און זענען פארבינדן איינע מיט די אנדערע דורך ספעציעלע שפאציר-וועגן.


היסטאריע

דער געדאנק פון צוזאמענברענגן עטליכע געשעפטן אין איין געביידע גייט צוריק טויזענטער יארן און איז א טייל פון ריטעיל סיסטעם איבער די גאנצע וועלט. אין איסטאנבול, טערקיי, איז פאראן א 500 יעריגע שאפינג צענטער וועלכע אנטהאלט 58 סטריט בלאקן וועלכע זענען פארבינדן אינאיינעם און איבערגעדעקט און עס זענען דארט פאראן איבער 4,000 געשעפטן.


שאפינג מאלל סארטן

עס זענען פאראן צוויי סארט שאפינג מאללס: אינערליכע און אויסערליכע. אן אינערליכע שאפינג מאלל איז געווענליך איין אדער עטליכע געביידעס באהאפטן אין וועלכע עס איז פאראן א הויפט זאל וואס ווערט גענוצט דורך די איינקויפער צו שפאצירן און באטראכטן די געשעפטן.

אויסערליכע שאפינג צענטערן איז א ספעציעלע שטח וואו צענדליגער ריטעיל געשעפטן בויען זיך אויף אייגענע געביידעס אדער עטליכע אינאיינעם און די געביידעס זענען אויסגעשטעלט אין א פארעם מיט פארקינג ארום אדער אין צענטער.

רוב גרויסע שטעט פארמאגן ביידע סארט שאפינג מאללס אבער מען וועט געווענליך טרעפן מער אינערליכע שאפינג מאללס אין שטעט ווי עס איז פאראן א קאלטע ווינטער.

אין אמעריקע רופט מען געווענליך אן אויסערליכע שאפינג ארט אלס א שאפינג צענטער און א אינערליכע שאפינט ארט אלס א שאפינג מאלל. איבער די וועלט איז אבער נישט פאראן קיין צווישנשייד און דאס ווערט גערופן אנדערש אין אנדערע ראיאנען.