אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי עקיבא"
Xqbot (שמועס | בײַשטײַערונגען) מ באט געענדערט: hu:Akiba ben Jószéf; שינויים קוסמטיים |
Arla (שמועס | בײַשטײַערונגען) מ FI |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
[[ru:Рабби Акива]] |
[[ru:Рабби Акива]] |
||
[[sl:Akiba ben Jozef]] |
[[sl:Akiba ben Jozef]] |
||
[[fi:Rabbi Akiba]] |
רעוויזיע ביי 12:36, 20 דעצעמבער 2009
רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער האט געלעבט אין דער צייט פון חורבן בית שני, פון דעם דריטן דור פון תנאים, אין דער צייטן פון דער בר כוכבא רעוואלוציע. אין תלמוד ירושלמי איז זיין נאמען געשריבן רבי עקיבה.
ער איז איינער פון די פיר וואס זענען געשטארבן ביים עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר.[1]
רבי עקיבא איז געהרגעט געווארן על קידוש ה' ערב יום כיפור, אום ט' תשרי, בערך אין יאר ג'תתצ"ו, זיבעציג יאר נאכן חורבן.
רבי עקיבא האט געלייגט זיין סטעמפל אויף א ברייטער שיכטע פון אידישע ענינים. זיין נאמען דערשיינט בערך 1,500 מאל אין תלמוד בבלי. ער וורעט גערעכנט אלס א מוסטער פון מסירות נפש פאר תורה. ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. די רוימען האבן אים געפייניגט ביז זיין טויט אלס שטראף ווייל ער האט געלערנט תורה ברבים[2].
זײַנע תלמידים זענען געווען: רבי מאיר, רבי יהודה בר אילעאי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אלעזר בן שמוע, רבי יוסי, רבי נחמיה און רבי יוחנן הסנדלר.