אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:יוסל"

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 165: שורה 165:
1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.
1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.


2) פין די אלע מיליאנען וועב-סייטס (אויך אין די יודישע ווקפדיה) זעט מען אסאך כפירה, מען באשרייבט אלע גליובענס אין ע"ז. אויך אנדערע נישט שיינע ענינים. פארוואס מעג נישט זיין ערגעץ בארשיבען די אנדערע זייט (די אמונה) אויך.
2) פין די אלע מיליאנען וועב-סייטס (אויך אין די יודישע ווקפדיה) זעט מען אסאך כפירה, מען באשרייבט אלע גליובענ'ס אין ע"ז. אויך אנדערע נישט שיינע ענינים. פארוואס מעג נישט זיין ערגעץ באשריבן די אנדערע זייט (די אמונה) אויך.


איך רעדט נישט דא צי ישיבה בחורים, איך רעדט דא צי מענשטען וואס הערן אלע צדדים, ס'מעג זיין אבסיעל אינזערע צד אויך
איך רעדט נישט דא צי ישיבה בחורים, איך רעדט דא צי מענשטען וואס הערן אלע צדדים, ס'מעג זיין אבסיעל אינזערע צד אויך

רעוויזיע ביי 19:04, 25 נאָוועמבער 2009

If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס

קלויזנבערגער רבי

פון וואנעט נעמט איר אז דער קלויזנבערגער רבי רי"י איז געבוירן תרס"ה (און נישט תרס"ד אזוי ווי אלפסי שרייבט)? --פוילישער 22:35, 6 יאַנואַר 2009 (UTC) שרייבט אייער תשובה אויף דעם בלאט.[ענטפֿער]

דאס נעם איך פון ספר "לפיד אש" עמוד כ"ד, דאס איז ארויס געגעבען דארך דאס אייגינע חסידות -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער יוסל וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

ייש"כ --פוילישער 23:32, 6 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

עפעס שטימט נישט מיט דעם שטיקל, ר' הערשעלע די זוהן פון ר' הערשעלע?--216.75.77.221 18:17, 2 פעברואר 2009 (UTC)

ייש"כ--יוסל 18:59, 2 פעברואר 2009 (UTC)

נעמען פון שטעט

איר האט געפרעגט:

אין איינוועגס, לאז מיר וויסען אייער מיינונג וויאזוי צושרייבען די פאלגענדע נעמען וואס איך האף בקרוב צובייארבעטן, בלאזוב - בלאזשעוו - בלאזשאוו, ברדיוב - בארדיעוו, צולייגען בארטפעלד אדער נישט, דינוב - דינאוו, סיגוט - סיגעט
  1. איך האב געמיינט בלאזשעוו, אבער אין אמת'ן שרייבט מען געויינלעך -אוו, דערפאר איז בעסער "בלאזשאוו"
  2. בארדיוב/בארדיאב/בארדיאוו. כ'מיין מ'זאל יא צולייגן בארטפעלד ווייל לכאורה אזוי האט די שטאט געהייסן ביי יידן ביזן ערשטן וועלטקריג
  3. דינאוו
  4. סיגעט

כל טוב. א ייש"כ פאר אייער שיינע ארבעט. --פוילישער 14:19, 4 פעברואר 2009 (UTC)

חסידישע הייפער גרופירן

איך האב אין שנעלען צוזאמען געשטעלט א טייל פון דעם בלאט צאנז (הויף), נאר אין אמת'ן וואלט אפשר בעסער געווען דאס אפטיילען אין עקסטרע הייפען שינאווא, קשאנאווא, א.ז.ו. נאר לאזען א לינק צו די אנדערע בלעטער. דאס זעלבע איז בנוגע ענליכע גרעסערע הייפער צ.ב.ש. ראפשיץ, דזשיקאוו, טשערנאבל א.ז.ו., קלערט אייך איבער איך לאז דעם באשלוס צו אייך. (ווארשיינליך וועל איך ווייניגער טעטיג זיין און די קומענדיגע צוויי וואכען)--יוסל 12:23, 5 פעברואר 2009 (UTC)

די גרעסערע, ד"ה קשאנאוו און גארליץ, איז כדאי אריבערצונעמען אויף באזונדערע בלעטער, אבער לאזט איבער ראשי פרקים אויפן צאנז (הויף) בלאט. דאס איז שטענדיג א גוטער כלל, אפצושפאלטן לאנגע אפטיילונגען באזונדער און איבערלאזן ראשי פרקים אויפן הויפטבלאט. מען קען נישט זאגן א פעסטן כלל וויפיל הייסט א לאנגע אפטיילונג, אבער הכל לפי העניין.

מיר וועלן זיך פרייען ווען איר קומט צוריק. --פוילישער 23:47, 5 פעברואר 2009 (UTC)

איר קענט ממשיך זיין דעם שמועס דא

געבן א נייעם נאמען צו אן ארטיקל

לכאורה האט איר געשאפן די נייער ארטיקלען וועגן דעם צאנזער רב און שינאווער רב דורך אריינקלעבן אויפן נייעם בלאט דעם אינהאלט פונעם פריערדיקן בלאט. (טאמער איך בין טועה, זייטס מיך מוחל.) אז מען וויל ענדערן דעם טיטל פון אן ארטיקל איז באראטן צו "באוועגן" דעם ארטיקל בכדי נישט צו פארלירן די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס. כל טוב. --פוילישער 14:37, 15 פעברואר 2009 (UTC)

יישר כח פאר דעם אויפמערקונג, די סבה פארוואס איך האב דאס געטוהן אזוי, איז ווייל איך האב געוואלט האלטען דעם אלטען טיטל חיים האלבערשטאם פאר אן אנדערען צוועק, פון דארט צו קענען אנווייזען צו פארשידענע מענטשען מיט דעם זעלבען נאמען אויך אזעלכע וואס האבן נישט קיין אייגענעם בלאט, איך האב טאקע נישט גענימן אין באטראכט אז דאס שאפט א פראבלעם ביי די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס.
איך דאס געטוהן מיט פארשידענע נעמען אריה לייביש האלבערשטאם, דוד האלבערשטאם, משה האלבערשטאם, יחזקאל שרגא האלבערשטאם, יקותיאל יהודה האלבערשטאם.
וואס וואלט געווען די עצה דאס צולעזען ?--יוסל 14:57, 15 פעברואר 2009 (UTC)
ערשטנס, אנטשולדיגט וואס איך האב אייך גורם געווען אזויפיל ארבעט צוריקצושטעלן די אלע בלעטער. ווען איר האלט אז מען דארף טוישן דעם נאמען פון א בלאט איז ריכטיג צו "באוועגן" דעם בלאט. (טאמער דער ציל בלאט איז שוין באניצט זייט מודיע רוני אדער מיך, מיר קענען אויסמעקן אזא בלאט לעת הצורך.) אבער אויב א נייער נאמען קען גורם אסאך ענדערונגען אין אנדערע בלעטער, ד"ה אסאך ארבעט, איז כדאי צו שטעלן א נאטיץ אינעם רעדן בלאט אפשר איז דא אן אנדער לעזונג. ותשועה ברוב יועץ.
ווי נישט ווי, זענען מיר שטארק דאנקבאר פאר אייער ארבעט דא, וואס האט אויפגעשטעלט א גאנצע סעריע פון ארטיקלען וועגן חסידות אין וועסט גאליציע, טאקע א שיינע זאך. ייש"כ!! --פוילישער 23:37, 15 פעברואר 2009 (UTC)

ערבליך

די אייניקלעך פון רבי משה לייב סאסאווער הייסן טאקע ערבליך, אבער פון וואנעט נעמט איר אז ער (און זיין פאטער) האבן געהאט א משפחה נאמען? ס'איז נישט מסתבר. איר האט א פארלעסלעכן מקור? --פוילישער 20:16, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ר' חיים דוד באקאן האט ארויסגעגעבן אין יאר תנש"א מעשיות מיטן נאמען רבי משה לייב סאסובער, ער שרייבט נאך ביים פאטער ערבליך, אבער דעם זיידן - רבי יוסף יוסקא - שרייבט ער גארנישט. כ'האב איבערגעפרעגט כמה אייניקלעך ערבליך'ס, ביז רבי יעקב זענען אלע איינס, בנוגע דעם זיידן האב איך געהערט חילוקי דעות. --יוסל 21:03, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אזוי ווי איר האט א מקור, איז כדאי צו שרייבן דעם מקור אינעם ארטיקל (כאטש איך בין שטארק מסופק צי זיי האבן א ראיה דערויף). --פוילישער 23:07, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

יאר פון מחזור

אריינלייגן דעם יאר אין מחזור איז א גאנץ גוטע אידעע, אבער ס'איז צופיל ארבעט צו מאכן יעדע  יאר באזונדער. איך וועל מעיין זיין (נאך שבת) צי מען קאן דאס מאכן אויטאמאטיש. --פוילישער 14:42, 27 מערץ 2009 (UTC) [ענטפֿער]

ייש"כ--יוסל 21:18, 28 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

א שיין שטיקל ארבעט. ייש"כ! --פוילישער 16:02, 29 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

טשערנאסטראה

פון וואנעט נעמט איר דעם אויסלייג "טשערנאסטראה"? --פוילישער 10:04, 11 מײַ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

כ'האב דאס גענומען פון דעם מעשה-ביכל "דאס לעבנס געשיכטע פון רבי ר' זושא פון האניפאלע" ארויס געקומען דורך אמרי שפר אויף יידיש.

Translation

Greetings!Could I ask you to translate this article into Yiddish ?You may shorten it as possible to contain only the basic informations. If you want me to translate any article into Chinese,Cantonese,Wuu or Hakka,contact me without hesistation. Thank you very much! --Biŋhai 16:41, 16 מײַ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ליובאוויטש (הויף)

לכאורה די אנדערע קינדער פונעם בעל התניא אחוץ דעם מיטלען רבי האבן נישט קיין שייכות מיט ליובאוויטש. --פוילישער 05:11, 28 מײַ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ייש"כ, אייער אויפמערקונג איז ריכטיג, כ'גלייב מן הסתם האט איר באמערקט אז לעצטענס האב איך נישט געהאט צופיל צייט דארך צוארבייטן אן ארטיקל מיט איינמאל, (אז איר וועט באמערקן האב איך אין דעם בוים נאך גארנישט געלינקט וכהנה), איז היות די משפחה איז זייער פארקניפט צווישן זיך שרייב איך דאס דערווייל אינאיינעם, אבער ז'איז זיכער אז מ'דארף נאכדעם צוטיילן דעם בלאט, מינא ומנך איסתייעא מלתא.--יוסל 08:55, 28 מײַ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

א דאנק. א פריילעכן יו"ט! --פוילישער 13:52, 28 מײַ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

רבי שמואל פיינער

ר' יוסל, ווער זענען געווען די קינדער פון רבי שמואל פיינער פון קראקע? --פוילישער 16:17, 29 יוני 2009 (UTC)[ענטפֿער]

לויט "וואנדער אין א.ל.ג." האט ער געהאט א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט א געוויסן רב אסף. פארגעסען אינטערצושרייבן--יוסל 09:50, 30 יוני 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אשפעצין

איך מיין אז מען שרייבט אשפעצין אן א וי"ו. --פוילישער 22:01, 12 יולי 2009 (UTC) [ענטפֿער]

איך האב געקאנטראלירט, און איר האט רעכט.--יוסל 20:23, 14 יולי 2009 (UTC)[ענטפֿער]

פירות ארץ ישראל

אויף די אנפראגע וואס איז פשט פון שאפן א קאטעגאריע פרוכט פון ארץ ישראל ?

כ'גלויב אז פאר דעם יידישן פארשער אין באניצער פון דעם אנציקלופדיה איז זייער אינטערעסאנט צו וויסן וועלכע פרוכט וואקסן אין ארץ ישראל, סיי אלס חשיבות פון פירות ארץ ישראל, סיי וועגען די הלכות וואס איז ספעציעל פארהאן ביי זיי, א.ז.וו.--יוסל 17:04, 7 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
א דאנק--Chaim Shel 17:02, 7 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מענין לענין באותו... אַ שײנעם דאַנק פֿאַרן אָנהײבן די רשימה פֿון די פֿרוכטן. ►רוני◄ 15:24, 8 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

facebook

כ'בין לערי ריינהארט
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 11:52, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

לשנה טובה

א כתיבה וחתימה טובה, און בעט זיך אויט א גוט יאר! --פוילישער 12:07, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

איך וואונטש דיר א גוט געבענטש זיס לעכטיג געזונט און גליקלעך יאר פאר דיר און פאר דיינע רעביס--Chaim Shel 13:08, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אַ גוט געבענטשט יאָר מיט אַ סך מער אַרטיקלען ►רוני◄ 23:30, 19 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

Request for Help

Greetings,

Nice to meet you.

Could you kindly help me translate these passages into the unique and wonderful Yiddish language? Please.


"Water baptism is the sacrament for the remission of sins and for regeneration. The baptism takes place in natural living water, such as the river, sea, or spring. The Baptist, whom already had received baptism of water and the Holy Spirit, conducts the baptism in the name of the Lord Jesus Christ. And the person receiving the baptism should be completely immersed in water with head bowed and face downward".
"The sacrament of feet washing enables one to have a part with the Lord Jesus. It also serves as a constant reminder that one should have love, holiness, humility, forgiveness and service. Every person who has received water baptism should have their feet washed in the name of Jesus Christ. Mutual feet washing may be practiced whenever is appropriate".


Your help would be very Gratefully Appreciated, Thankyou very much. --Jose77 06:21, 23 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

(In return, I can help you translate your favorite article into the Chinese langauge)

גמר חתימה טובה

וכן למר! --פוילישער 12:28, 27 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

חסידישע ספרים קאטעגאריעס

א דאנק פארן פארברייטערן די דעקונג פון וויקיפעדיע וועגן חסידות און חסידישע ספרים. איך גיי ענדערן די נעמען פון די נייע קאטעגאריעס לויטן שטייגער אז קאטעגאריע נעמען זאלן זיין אויף מערצאל. --פוילישער 11:20, 16 אָקטאָבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אמונה

וואס מיינט איר מיט "פארקרימטע שכל"? איר האלט אז דעס וואס איך שרייב מאכט שוואכער די אמונה ח"ו היל"ת, פארוואס?--לייבל1 02:40, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)

וואס מיינט ווען כ'האב געשריבן - "א נושא וואס פיל האבן שוין פראבירט צו ערקלערן מיט זייער פארקרימטן שכל, און אסאך און אפילו גרויסע לייט זענען דערפאר אוועק געפאלן"
דער וויקיפעדיע איז פריי פאר יעדן צו שרייבן,
ס'איז באקאנט די ווערטער פון חז"ל אין מסכת חגיגה י"ג ע"א "במופלא ממך אל תדרוש, ובמכוסה ממך אל תחקור, במה שהורשית התבונן, אין לך עסק בנסתרות", דער רמב"ם אין ספר מורה נבוכים אין ח"א פל"ב איז מסביר זייער קלאר, אז צו ערקלערן אמונה און מציאת השם דורך משלים איז א פארקרימטע וועג, און אויף דעם זאגן די חז"ל "במופלא ממך וכו'", אין דאס איז וואס האט געשאד פאר אלישע אחר, און ער פירט אויס דעם פרק בלשון קדשו "והעסק בזה מזיק מאד כמו שביארנו, ועל זה כוונו באמרם וכו' כל שלא חס על כבוד קונו רתוי לו שלא בא לעולם חגיגה י"א ע"ב, רמז למה שביארנוהו, שלא יהרוס האדם לעיין בדמיונות המופסדים וכו'"
בנוגע לעניני, מיט דעם פולען רעספעקט פאר די שעה'ן ארבייט וואס איר האט אריין געלייגט אין דעם ארטיקל, איז מיין פערזענליכע מיינונג, אויף נישט אריין צוגיין אין קיין וויכוחים וואס איז ריכטיג וואס איז נישט, דאס גאנצע שרייבן אייער'ס צוריק צונעמען, וכשם שקבלת שכר על הדרישה כך תקבל שכר על הפרישה זעט פסחים כ"ב ע"ב.--יוסל 14:15, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)

3 סיבה'ס פארוואס איך שרייב וועגען דעם.

1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.

2) פין די אלע מיליאנען וועב-סייטס (אויך אין די יודישע ווקפדיה) זעט מען אסאך כפירה, מען באשרייבט אלע גליובענ'ס אין ע"ז. אויך אנדערע נישט שיינע ענינים. פארוואס מעג נישט זיין ערגעץ באשריבן די אנדערע זייט (די אמונה) אויך.

איך רעדט נישט דא צי ישיבה בחורים, איך רעדט דא צי מענשטען וואס הערן אלע צדדים, ס'מעג זיין אבסיעל אינזערע צד אויך

3) איך ברענג בעיקר פסוקי תורה, אין אויך פין מקומות נגליים, ד.מ. נישט במופלא ממך אל תדרוש. רוב ענינים וואס איך ברענג שטייט אין אסאך חסידישע אין מוסר ספרים וואס יעדער לערענט. (חוץ דע פרק "גלייבען דורך לאגיק".

איך בין נישט מסביר "מהותו" של השי"ת דורך משלים ח"ו, איך בין נאר מסביר אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפען אין פירט די וועלט; דורך מסביר זיין אז די זעלבע לאגיק וואס די מענשט ניצט ביי אלע אנדערע זאכען, זאל ער ניצען ביי דת אויך.

איך האב אבסיעל ארום געטוישט, ביטע זאג מיר דיין מיינוג, אויב ס'שטארקט אמונה, אדער ח"ו פארקערט.--לייבל1 19:03, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)