אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלפרעד דרייפוס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: cy:Alfred Dreyfus
מ באט צוגעלייגט: fa:آلفرد دریفوس
שורה 24: שורה 24:
[[es:Alfred Dreyfus]]
[[es:Alfred Dreyfus]]
[[et:Alfred Dreyfus]]
[[et:Alfred Dreyfus]]
[[fa:آلفرد دریفوس]]
[[fi:Alfred Dreyfus]]
[[fi:Alfred Dreyfus]]
[[fr:Alfred Dreyfus]]
[[fr:Alfred Dreyfus]]

רעוויזיע ביי 01:33, 1 נאָוועמבער 2009

זיין געזיכט

אַלפֿרעד דרייפֿוס (י"א תשרי ה'תר"כ - י"א תמוז ה'תרצ"ה ; אקטאבער 9, 1859 - יולי 12, 1935) איז געווען א יידישער אפיציר* אין די פראנצויזישע ארמיי.

אין יאר ה'תרנ"ד האט די פראנצויזישע געהײַמדינסט* אים אומריכטיג באשולדיגט אלץ א פאררעטער* און שפיאנער לטובת דייטשלאנד ווען זיי האבן געפונען מיליטערישע דאקומענטן וואס זיינען געשיקט געווארן צו די אמבאסאדע* אין פראנקרייך מיט א ר"ת אונטערשריפט A.D וואס די פארנצויזער האבן געהאלטן אז עס איז געשיקט געווארן צו אלפרעד דרייפוס.

אלפרעד איז גע'משפט געווארן קעגן די ארמיי געריכט 3 מאל. נאכן ערשטן משפט וואס ער איז באשולדיג געווארן, האט מען אים נידעריגערהייט ארפגעפליקט פון אים זיינע שטאפלען אין א אפיציעלע פובליק ארט און אים פארשיקט אין דער תפיסה אין "טייוול אינזל" (ענגליש: Devil's Island). אין 4 יאר ארום האט מען אים ווידער גע'משפט, און איז ווידער באשולדיג געווארן אלץ א פאררעטער. נאר ביי דעם דריטן משפט איז געווויר געווארן אז דאס באשולד איז געוועזן פאלש, און מען האט אים באפרייט פון תפיסה און צוריק געשענקט זיינע אפיצירע שטאפלען.

אזעלכע גלויבן אז די פראנצויזער האבן געוווסט די גאנצע צייט אז דאס איז געווען א פאלשער באשולד, און זיי בריינגען א באווייז פון דעם וואס אויך נאך אים ארעסטירן האט ממשיך געווען קומען בריוון מיט די זעלבע אונטערשריפט A.D. אבער די פראנצויזישע ארמיי האבן דאס באהאלטן פון וועגן אנטיסעמיטישע סיבות.

מען דערציילט אז ביים משפט האבן די בייזייאיקערס אויסגעשריגן פון אנטיסעמיטישקייט "טויט צו די יידן" און נישט "טויט צו אלפרעד דרייפוס", און צוליב די הארבע אנטיסעמיטיזם האט בנימין זאב הרצל ארויפגענומען דער געדאנק פון ציונות.