אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמיל פיסארא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
[[בילד:Camille Pissarro 040.jpg|קליין|קאמיל פיסארא - זעלבסט פארטרעט]]
[[בילד:Camille Pissarro 040.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: זעלבסט פּאַרטרעט]]

'''קאַמיל פּיסאַראָ''' ([[פֿראַנצױזיש]]: ''Camille Pissarro''; דעם [[10טן יולי]] [[1830]] - [[13טן נאָװעמבער]] [[1903]]) איז געװען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פֿראַנצױזישער]] [[קינסטלער]], אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם [[אימפּרעסיאניזם|אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלערײַ]].
'''קאַמיל פּיסאַראָ''' ([[פֿראַנצױזיש]]: ''Camille Pissarro''; דעם [[10טן יולי]] [[1830]] - [[13טן נאָװעמבער]] [[1903]]) איז געװען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פֿראַנצױזישער]] [[קינסטלער]], אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם [[אימפרעסיאניזם|אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלערײַ]].

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-תּומאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון [[דענמאַרק]] (איצטער - בתולה-אינדזלען, [[פֿאַראײניקטע שטאַטן]]), אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-[[ייִד]]ישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין [[פֿראַנקרײַך]].

אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן (אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די
אין זײַנע [[בילד]]ער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע [[לאַנדשאַפֿט]]ן (אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די
פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון [[פּאַריז]]ער בולװאַרן.
[[פּױער]]ים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון [[פּאַריז]]ער [[בולװאַר]]ן.

פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן, פּאָל גאָגען, עדגאַר דעגאַ, קלאָד מאָנײ, קאַמיל קאָראָ און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט [[פּאָל סעזאַן]] (''Paul Cézanne''), [[פּאָל גאָגען]] (''Paul Gauguin''), [[עדגאַר דעגאַ]] (''Edgar Degas''), [[קלאָד מאָנײ]] (''Claude Monet''), [[קאַמיל קאָראָ]] (''Camille Corot'') און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.

ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פֿון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פֿון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
שורה 14: שורה 14:
אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפֿן געביט פֿון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פֿון "פּואַנטיליזם" (''Pointillisme'') אין זײַנע װערק.
אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפֿן געביט פֿון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פֿון "פּואַנטיליזם" (''Pointillisme'') אין זײַנע װערק.

קאַמיל פּיסאַראָ איז נפֿטר געװאָרן אין 1903 אין [[פּאַריז]]. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "פּער-לאַשעז"-[[צװינטער]].
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפֿטר געװאָרן אין 1903 אין [[פּאַריז]]. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "פּער-לאַשעז"-[[צווינטער]].

[[בילד:Pissarro.gardenatpont.750pix.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)]]
[[בילד:Pissarro.gardenatpont.750pix.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)]]

[[בילד:Camille Pissarro 007.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: בולװאַר "מאָנמאַרטר" אין [[פּאַריז]] (1897)]]

== וועבלינקען==
{{קאמאנסקאט|Camille Pissarro|קאמיל פיסארא}}
{{קאמאנסקאט|Camille Pissarro|קאמיל פיסארא}}
{{-}}
{{גרונטסארטיר:פיסארא, קאמיל}}
{{גרונטסארטיר:פיסארא, קאמיל}}
[[קאַטעגאָריע:מאלערס]]
[[קאַטעגאָריע:מאלערס]]

{{ביא-שטומף}}

[[en:Camille Pissarro]]
[[en:Camille Pissarro]]

רעוויזיע ביי 15:25, 8 אָקטאָבער 2009

קאַמיל פּיסאַראָ: זעלבסט פּאַרטרעט

קאַמיל פּיסאַראָ (פֿראַנצױזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָװעמבער 1903) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ.

ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-תּומאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון דענמאַרק (איצטער - בתולה-אינדזלען, פֿאַראײניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פֿראַנקרײַך.

אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן (אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון פּאַריזער בולװאַרן.

פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנײ (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.

ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פֿון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.

אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפֿן געביט פֿון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פֿון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זײַנע װערק.

קאַמיל פּיסאַראָ איז נפֿטר געװאָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "פּער-לאַשעז"-צווינטער.

קאַמיל פּיסאַראָ: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)

קאַמיל פּיסאַראָ: בולװאַר "מאָנמאַרטר" אין פּאַריז (1897)

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאמיל פיסארא