אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לובלין"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
דער שטאט לובלין איז אן אלטע [[פוילישע\פוילן]] שטאט, וואס האט עטליכע מאל געדינט, אלץ פוילנס צייטווייליגע הופטשטאט, איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 350,000.
דער שטאט לובלין איז אן אלטע [[פוילישע/פוילן]] שטאט, וואס האט עטליכע מאל געדינט, אלץ פוילנס צייטווייליגע הופטשטאט, איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 350,000.


== היסטאריע ==
== היסטאריע ==

רעוויזיע ביי 10:25, 15 אויגוסט 2009

דער שטאט לובלין איז אן אלטע פוילישע/פוילן שטאט, וואס האט עטליכע מאל געדינט, אלץ פוילנס צייטווייליגע הופטשטאט, איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 350,000.

היסטאריע

דער שטאט איז שוין געשטאנען אינעם 13טן יארהונדערט, אבער פון אנהייב, זענען יידן נישט ערלויבט געווען צו וווינען, אינעם שטאט זעלבסט, אבער ווען דער ערלויבעניש איז געגעבן געווארן, איז לובלין געווארן א יידישער צענטער, דער מהרש"ל האט דארט געוווינט, און ביזן חורבן איז דארט געווען, א גרויסע יידישע קהילה. ישיבת חכמי לובלין, מיטן אנפירערשאפט פון הרב מאיר שפירא, פון די גרעסטע, און מערסט באקאנטע ישיבה אין פוילן איידער דעם חורבן.

ביים חורבן

ווען די נאציס זענען אריינגעקומען קיין לובלין, האבן דארט געוווינט ארום 40,000 יידן, דער אלגעמיינער באפעלקערונג איז געווען אומגעפער 150,000 איינוווינער, די נאציס האבן אומגעברענגט די יידן, ווי אלע אנדערע פוילישע שטעט אין דערפער, ווי זיי זענען אנגעקומען, סמערהייט יידן זענען אומגעקומען אין מיידאנעק.

דער יידישער היסטאריע

פאר יידן איז לובלין געווען גאר א צענטראלע שטאט, ביי חסידים ספעציעל, דער חוזה פון לובלין, און ר' עזריאל האראוויץ מיטן צונאמען דער אייזערנער קאפ, און נאך א סאך גדולים און רביס, האבן געוווינט אין לובלין.