אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נאפאלעאן באנאפארטע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: yo:Napoleon Bonaparte
מ באט געענדערט: jbo:napoleon
שורה 91: שורה 91:
[[it:Napoleone Bonaparte]]
[[it:Napoleone Bonaparte]]
[[ja:ナポレオン・ボナパルト]]
[[ja:ナポレオン・ボナパルト]]
[[jbo:Napoléon]]
[[jbo:napoleon]]
[[jv:Napoléon Bonaparte]]
[[jv:Napoléon Bonaparte]]
[[ka:ნაპოლეონ ბონაპარტი]]
[[ka:ნაპოლეონ ბონაპარტი]]

רעוויזיע ביי 10:27, 10 אויגוסט 2009

נאפאלעאן

נאפאלעאן באנאפארטע (15 אויגוסט 17695 מיי 1821) באקאנט אויך אלס דער ערשטער נאפאלעאן איז געווען א גענעראל אין דער פראנצויזישער רעוואלוציע און שפעטער דער צאר און געוועלטיקער פון פראנקרייך פון ה'תקנ"ט (1799) ביז ה'תקע"ה (1815). ביי זיינע שפיציקע יארן האט ער געפירט פראנקרייך צו א מלחמה און זיי האבן באזיגט רוב מערב און מיטל אייראפע.


פריערדיגע יארן

נאפאלעאן איז געבוירן אין קארסיקע 15 אויגוסט 1769, איין יאר נאכדעם וואס פראנקרייך האט אנגעהויבן צו הערשן דארט.

זיין אנהייב קאריערע

נאפאלעאן איז געוואקסן אלס פירער פון פראנקרייך ביי די וועלטליכע איבערקעניש וואס איז באקאנט מיטן נאמען "די פראנצויזישע רעוואלאציע". געווען איז דאס ווען מען האט ארונטערגעזעצט דעם קעניג לואי דעם זעכצנטען מיט זיין קעניגען מארי אנטואנעט, מען האט זיי געכאפט ווען זיי זענען אנטלאפן פון לאנד און זיי זענען דערמארדעט געווארן דורך די מאסן.

אין יענע טעג האט זיך ארויסגעשטעלט דער יונגער אפיצער נאפאלעאן, נאך די רעוואליצע איז ער גאר שטארק געשטיגן אין די מיליטער ראנגען, און זייענדיג אלט דריי און דרייסט יאר איז ער אין יאהר ה'תקס"ד געקריינט געווארן אלס קייסער אויף גאנץ פראנקרייך.

ביי די היסטאריקער ווערט נאפליען באטראכט ווי "דער טאטע פון די מאדערנע צייט". זיין אנדעק איז געבליבן אלס איינער וואס האט אפגעשאפן געזעלשאפטליכע דיפערענצען און האט געשאנקען גלייכבארעכטיגונג פאר אלע בירגער צוגלייך.

אין זיינע צייטן איז פראנקרייך פארוואנדלט געווארן אלס א ריזיגער אימפעריע. עס איז געווען א תקופה אין זיינער צייט וואס כמעט גאנץ אייראפא איז איינגענומען געווארן דורך די פראנצויזישע ארמיי. ווי ער אין זיינע מיליטער האבן געשטעלט א פוס האבן זיי אריינגעברענגט פרייהייט און מאדערנקייט. אזוי האבן זיי אויסגעשפרייט פרייהייט לענגאויס גאנץ אייראפע.

די מלחמה מיט רוסלאנד

דאס האט אנגעהאלטן ביז ער איינגענומען רוסלאנד, און דאן האט ער זיך געמוזט פארמאסטן מיט גענעראל ווינטער, און דארט איז געווען זיין דורכפאל.

געווען איז דאס ווען ער האט איינגעומען כמעט גאנץ רוסלאנד, ער האט געהערשט אין רוסלאנד מיט א ארמיי פון זעקס הונדערט טויזענט מאן, און איז אנגעקומען צו די טויערן פון מאסקעווע. די רוסן האבן זיך דערטראכט צו א חכמה, זיי האבן אונטערגעצונדען די גאנצע שטאט מיט אלע זאכן דערין, מיט אלע שפייז, ֿ פלוצלונג זענען די פראנצוזן געבליבן אהן א דאך איבערן קאפ, זיי האבן נישט געהאט צו עסן, נישט קיין קליידונג, ווייט אוועק פון זייער היימלאנד, און דאס האט זיי געצוואנגען צו פארלאזן די שטאט, עס האט געבוזשוועט א קעלט, ער האט זיך געפלאגט אין די רויסישע קעלט גענעראל ווינטער האט נישט נאכגעלאזט די פראנזצוזען זענען געפאלן ווי פליגן, נאפאליען איז צוריק אהנגעקומען קיין פראנקרייך מיט בלויז פערציג טויזנט סאלדאטן,

מען האט איהם דאן ארונטער געזעצעט און איהם פאר'משפט, מען איהם געשיקט אוועק צום סעינט העלענע אינזל ווי ער האט דארט אויסגעלעבט זיינע יארן, און געשריבן ביכער.

זיינע באציאונגען מיט אידן

עס איז אינטעראסאנט ווייל עס זענען דא וואס זאגן אז ער איז געווען א אידן פריינט, פון דער אנדערער זייט איז דא וואס זאגן אז ער האט זייער פיינט געהאט אידן. דאס איז זיכער אבער אז צוליב איהם האט אנגעהויבן צו בוזשעווען פרייע ווינטן אין אייראפע, און פראנז יאזעף מיט אנדערע קעניגן און מלוכה פירער, האבן נישט געהאט קיין ברירה אין געמוזט נאכגעבן פרייהייט פאר אידן. אפילו אין רוסלאנד זעלבסט, וואו דער צאר האט געוועלטיגט מיט א אייזערנע פויסט, און נאפאלעאן האט געמוזט פון דארט אוועקלויפן, זענען אבער זיינע פינגער אפדרוקן געבליבן, און אין איהר תרט"ז האט מען געמוזט געבן א געוויסן סארט פרייהיט פאר אידן.

ביי זיך אין פראנקרייך האט נאפאלעאן אויפגעשטלט א סנהדרין, ער האט געוואלט זיי זאלן דן זיין דיני נפשות. דאס איז געווען צוליב דעם ווייל ער האט פארשטאנען אז אידן זענען זייער צוטיילט אין זייערע מיינונגען, און האט געוואלט האבן איין קערפערשאפט וואס זאל רעדן אין נאמען פון אלע אידן, דער ראש פון דער סנהדרין האט ער געשטעלט הר"ר דוד אפנהיים, דעם בעל מחבר פון ספר יד דוד, א גרויסער גאון, אבער דער גאון האט נישט מסכים געווען צו זיין דער ראש, ער איז געווארן ראש קעגן זיין מיינונג נאר וויבאלד דער מלוכה האט איהם געצוואונגען. פון דעם איז געבליבן דער קאנסיסטואר אלס אלגעמיינע יידישע קהילה אין פראנקרייך.

אסאך חסידישע רביים זענען זייער שארף געווען קעגן נאפאלעאן וויבאלד ער האט געברעגנט פרייהיט פאר אידן, צווישן זיי איז באקאנט דער בעל התניא ר' שניאור זלמן פון ליאדי, און רבי נחמן מברסלב. און ר' ישראל דער מגיד קאזשניץ

זיין רייזע צו ארץ ישראל

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא
  4. ווייטערפירן מוסטער:רא
  5. ווייטערפירן מוסטער:רא
  6. ווייטערפירן מוסטער:רא
  7. ווייטערפירן מוסטער:רא
  8. ווייטערפירן מוסטער:רא