אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:פוילישער"

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏פערזענליכער בקשה: איך בין געווען אביסל צו עמפינדלעך אדרבה איך פריי מיך ווען דו ביסט מיך מגיה
שורה 169: שורה 169:
איז מעגלעך צו נוצן דעם װאָרט "רעדאַקטאָר" אַף צו רופֿן אַ Video editing program? נאָרמאַל קען איך דעם װאָרט צו באַטיטלען אַ מענטשן, ניט אַ עצם. װאָס האַלטסטו? [[באַניצער:רוני|►רוני◄]] 06:02, 8 מערץ 2009 (UTC)
איז מעגלעך צו נוצן דעם װאָרט "רעדאַקטאָר" אַף צו רופֿן אַ Video editing program? נאָרמאַל קען איך דעם װאָרט צו באַטיטלען אַ מענטשן, ניט אַ עצם. װאָס האַלטסטו? [[באַניצער:רוני|►רוני◄]] 06:02, 8 מערץ 2009 (UTC)
:פשטות איז רעדאקטאר א מענטש. מ'קען אפשר זאגן "ווידעא רעדאקטירונג פראגראם". --<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 20:49, 8 מערץ 2009 (UTC)
:פשטות איז רעדאקטאר א מענטש. מ'קען אפשר זאגן "ווידעא רעדאקטירונג פראגראם". --<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 20:49, 8 מערץ 2009 (UTC)

== איך שרייב הוילע שטותים? דאן ביטע קלער אויף דיין שתיקה כהודאה דא ביי רוניס וואנדאליזם ==

פארוואס לאזטו דא רוני פארשפארן בלעטער ווי כלל שפראך? פארוואס לאזטו דא רוני בלאקירן באנוצער? ווי ער האט מיך בלאקירט ווען איך האב גערעדט און ער האט געשוויגן ביים אידישקייט יידישקייט דעבאטע. פארוואס לאזטו אים דא בכלל קאמאנדעווען רוקן און באוועגן בלעטער אן זיין רעדן בכלל ווי ער איז טויט שטיל און איך רעדט. ווי למשל דו האסט געטאן ביי וויקיפעדיע פאליסיס בלאט נישט נאר האסט אים געלאזט דא וואנדאליזירן נאר האסטעך אנגערופן מיט א תמימות עפעס א דריטער זאך אומגעפרעגט. פארוואס שווייגסטו ווען ער מעקט בלעטער ווי די קריטיק בלאט אן די געהעריגע געלעגנהייט בשעת איך מוטשע מיך געהעריג פרייטאג פארן זמן 2 שעה צו בארבייטן און איך האב געזאגט אז איך האלט נאך דערביי ביים בארבייטען. פארוואס לאזטו אים דא רודף'ן באנוצער דורך זיך מאכן א בלאט אויף באנוצער וואס ער זאגט אז אין זיין מיינונג דארף מען זיי אויפפאסן, און ווען נישט וואס איך בין מוחה האט ער נאך געהאט די חוצפה זיי צו באשולדיגן אלץ איין מענטש? וכו' וכו' יעדן טאג ביסטו דא שטיל. איך האב נישט קיין שום פראבלעם זאלסט לייקענען אפילו איך ברענג דיר באווייזן אבער מיך אנצוריפן וועגן דעם אז איך שרייב שטותים דאס איז א חוצפה. און איך גיי דאס צוריקשטעלן ביטע ענטפער פאר 24 שעות אז נישט גייט דאס צוריק.--[[באַניצער:ווארצגאנג|א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י.]] 14:18, 18 מערץ 2009 (UTC)

רעוויזיע ביי 14:18, 18 מערץ 2009

ארכיוו פון באַניצער רעדן:פוילישער  
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער





בנוגע דאטעס

איך מיין אז אויף יידיש איז ריכטיקער צו שרייבן למשל יאנואר 1 איידער 1 יאנואר. וואס האלטסטו? ►רוני◄ 15:43, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

מהיכא תיתי? דו האסט אליין באמערקט אז מען שרייבט "דעם 1טן אפריל" מיטן טאג פארן חודש! --פוילישער 17:50, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אזוי ווייס איך, אפשר מאך איך א טעות. ►רוני◄ 17:53, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פאריכטונג

יישר כח אויף דיין פאריכטונגען אין דעם ארטיקל בערדיטשעוו.

דרך אגב: וואס איר האט געמועסט פריער איז אזוי: מ'שרייב 1 יאנואר און נישט פארקערט.
איך קען זאגן אזוי דער ערשטער יאנואר איך האב געגעסן אדער אין דעם ערשטן (1טן) יאנואר איך האב געגעסן.
--Israel.s 15:53, 26 אָקטאָבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אוודאי. אזוי שרייבט מען נארמאלעווייזע—"דעם ערשטן יאנואר". --פוילישער 16:04, 26 אָקטאָבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

הויפט זייט

איך וויל וויסן: א ווי אזוי מ'מעקט אויס א בלאט סיי אין וויקיפעדיע און סיי אין ביבליאטעק.
ב ווי אזוי קען איך בייטן זאכן אין דען ערשטן בלאט פון ביבליאטעק? איך האב געפרעגט דארטן אבער קיינער ענפערט מיר נישט. ענפער מיר אין מיין באנוצער רעדן --Israel.s 19:07, 2 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך האב געוואלט אויסמעקן א בלאט מיט א פאר וואך צוריק, יעצט געפין איך נישט דאס בלאט. דאס איז געווען א בלאט פון דעם אלטן ארטיקל אויף בערדיטשעוו, וואס איינער האט נאר געשריבן א ביסל, און דער טיטל איז געווען דאך זיך מיר בארדיצ'ב אדער ברדיצ'ב.

אין וויטעקסט אויף לשון הקודש איך האב א רשות אויסצומעקן בלעטער, פארוואס דא נישט.

און איך וויל וויסן פארוואס א סאך קנעפלען (דאך זיך מיר ס'הייסט אויף יידיש קלאווישן, אויף ענגליש ווייס איך נישט) ארבעטן נישט אין וויקיביבליאטעק? איך מיין ווען איך שרייב דיך יעצט ס'דא אויבן קנעפלעך צו מאכן א ווארט דיק, אדער לינקן. און אויכעט, פעלן דארטן קנעפלעך.

קאטעגאריע

א. אין קאַטעגאָריע סיפּורי מעשיות עס איז דא צוויי מאל "הקדמה אויף טייטש" מ'דארף אויסמעקן איינעם.
ב. איך האב געמאכט אויף ספר עיקבתא דמשיחא קאטעגאריעס, אבער ס'איז נישט ארויס גוט, גיב א קוק, און פאריכט דאס. און זיי מיר מסביר ווי שאפט מען קאטעגאריעס. --Israel.s 18:50, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)

יהואש

עס איז דא א טייטש פון "יהואש" אויף דעם גאנצן תנ"ך. אין דעם לינק
יהואש
למעשה איז שוין אריבע 70 יאר פון וואנען יהואשן איז געשטארבן. אויב אזוי נישטא שוין קיין קאפירייט אויף דעם טעקסט אליין. די שאלה איז צי זיי האבן צוגעלייט א זאך וואס נישט גיווען אין דעם אריגינעל ספר.
און אפילו זיי האבן צוגעלייגט א זאך, קען זיין אז די זאך איז א קלייניקייט און ס'גיט נישט אויף דעם קיין קאפירייט. און אויכעט מ'קען אויסמעקן וואס זיי האבן געלייגט און נישט הנאה האבן פון דעם.
סידא א מענטש וואס ער איז געווען פון די מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיקט אין צו שרייבן "יהואש" ער וואוינט אין אמעריקע, צי קענסטו טלעפאנירן און רעדן מיט אים. זיין טעלעפאן איז 905-871-1098. זיין נאמען איז ראָבערט --Israel.s 19:09, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איר קענט מיט אים רעדן אליין! וואס זאל איך אים פרעגן? --פוילישער 19:57, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך פארשעם זיך אביסל. מ'דארף אים פרעגן צי זיי האבן אפגישריבן דעם טעקסט פון יהואש נאר ווארט ביי ווארט, אדער זיי האבן צוגעלייגט עפעס צו דעם. אויב דער ענטפער איז פאזיטיוו, פרעג אים וואס פונקט זיי האבן צוגעלייגט? יישר כח --Israel.s 10:11, 5 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך גיי שרייבן לענארד פראגער'ן. ער וועט זיכער וויסן. --פוילישער 13:04, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)
דער נפקא מינא איז אזוי: איך וויל אריינלייגן דעם גאנצן טייטש פון תנ"ך אין וויקיביבליאטעק. איין זייט לשון הקודש, און אין דער צווייטער זייט יידיש.
דאס ועט געבן א גרויסער שוואונג צו וויקיביבליאטעק. אויב נישטא קיין ברירה איך וועל אליין טייטשן דעם תנ"ך. בלא נדר.

נילוס

יישר כח אויף דיינע פאריכטונגען. איך לערן פון דיר אסאך יידיש.
וואס איז מיט יהואש טייטש? אויב דו ווילסט נישט צו טעלעפאנירן זאג מיר. --Israel.s 11:47, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)

משניות אויף יידיש

עס איז דא משניות אויף יידיש אין דעם לינק [משניות] דער שאלה איז אויב עס איז דא קאפירייט אויף די משניות.
אויב נישט צי קען איך לייגן דאס אין ביבליאטעק און שרייבן אונטן: די קאפירייט איז לויט די תנאים וואס שטייט אין דעם אויבנדערמאנטע וועבסייט. --77.125.119.200 13:47, 1 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
א שיינע זאך! אבער ס'איז ערשט פארעפנטליכט אין 1955, ד.ה. ס'איז נאך געשיצט דורך קאפירעכט. איך גלייב נישט אז מען מעג דאס אריינלייגן אין וויקיביבליאטעק, אבער מען קען לייגן א פארבינדונג (לינק). --פוילישער 20:26, 1 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אויסמעקן

ווי אזוי מעק איך אויס בלעטער, איך וויל אויסמעקן רעדאגירטע בלעטער אין וויקיביליטאק, וואס איך האב רעדאגירט.

בכדי אויסצומעקן בלעטער דארפט איר האבן סיסאפ רעכטן. טוט זיך ווענדן צו דעם ביוראקראט פון וויקיביבליאטעק. --פוילישער 14:29, 3 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

א הילף

ביטע גיי אריין אין קאטעגאריעס אין וויקיביליאטעק, און גיב א קוק אין ספרי חסידות קאטעגאריע. דערשיינט דארטן נאך א מאל ספרי חסידות, איך האב געפרוווט אויסמעקן, און עס גייט נישט מיר אזוי גוט.
כ'האב אויסגעמעקט די ווערטער פונעם קאטעגאריע בלאט. יעצט איז גוט? --פוילישער 12:34, 7 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כח --Israel.s 10:12, 8 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

תנ"ך יידיש

איך מיט א פאר חברה פון וויקיטקסט ווילן אריינלייגן די תנ"ך ביי אונז אין וויקיביבליאטעק. עס איז דא צוויי מעגליכקייטן ווי אזוי אריינצולייגן. גיב א קוק אין דעם לינק #תנ"ך יידיש. מה דעתך בנושא.

תכתוב שם את דעתך.
אחרי שיהיה תנ"ך יהיה אפשר לכתוב טייטש וגם ביאורי פסוקים וכו' Israel.s 15:32, 15 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
לכאורה איז בעסער צו לייגן דעם טייטש פסוק בפסוק, ניין?ֿֿ --פוילישער 17:39, 15 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך האלט אויך אזוי, איך האב דאס געשריבן דארטן. איז בעסער אויב דו קענסט שרייבן אין דעם אויבנדערמאנטן לינק דיין מיינונג, אין לשון הקודש. --Israel.s 19:34, 15 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ר' אלחנן וואסערמאן

איך האב אריינגלייגט א ניי ארטיקל אלחנן וואסערמאן. איך האב פראבלעם מיט דעם בילד. און מען דארף ענדיקן דארט נאך א פאר זאכן.

דרױסנדיקע לינקען

איך בין שױן לאַנג ניט רויִק מיט דעם אױסדרוק "דרױסנדיקע לינקען", איך בין ניט זיכער צי מענטשן פֿאַרשטײען װאָס דאָס מײנט. איך האָב געטראַכט אַז אפֿשר איז כדאַי אנשטאָט צו איבערטײַטשן פֿון די ענגלישע און העברעישע װיקיפּעדיע: External links, זאָל מען דאָ אײַנפֿירן װי די דײַטשישע װיקיפּעדיע: Weblinks און אױף ײִדיש "נעץ פֿאַרבינדונגען" אדער "װעב פֿאַרבינדונגען" אָדער ניצן גאָר דעם ניט קלאָרן װאָרט "לינקען". אבער אבי נישט "דרױסנדיקע" װאָס ס'נישט קלאָר, דרױסן פון װוּ? װאָס האַלטסטו, װי איז געהעריק? ►רוני◄ 09:08, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דו ביסט גערעכט. איך מיין אז "וועבלינקען" איז א גאנץ קלארער אויסדרוק. דאס וועט זיין א שיין שטיק ארבער צו בייטן כמעט אלע בלעטער. אפשר קען מען דאס אדורכפֿירן מיט א באט? --פוילישער 10:56, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

כ'אב זיך שױן אמאל אינטרעסירט װעגן א דורך פירן א באָט, אָבער דאָס איז אַ קאָמפליצירטע פּראָצעדור. איך װעל דאָס לאַנגװײַז פֿאַריכטן. ►רוני◄ 10:59, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

לינקן קומט לכאורה אָן אַן עי"ן. װעבלינקן און נישט װעבלינקען. אַ יאָ? ►רוני◄ 19:28, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
דער געוויינלעכער כלל מיט סובטאנטיוון (אויך ווערבן) וואס לאזן אויס -נג אדער -נק שטעלט מען צו -ען נישט -ן. למשל אין ווײַנרײַך טרעפט מען מערצאל: אנדענק(ען), לונג(ען), געלענק(ען), שענק(ען). זעט אויך די תקנות פונעם אלגעמיינעם זשורנאל:
הערה א: עס קומט יאָ דער "ע" נאָך די אותיות "מ", "נ", "נג" און "נק": קומען, מאָנען, לונגען, טרינקען (דער נוסח פון אלגעמיינעם זשורנאל)
אויך אין פארווערטס טרעפט מען מערצאל: פארוויילונגען, צווייפלונגען, פֿונקען, רינגען, באדינגען.
--פוילישער 23:54, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אַ דאַנק. ►רוני◄ 01:25, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דערלײזט, באַפֿרײט צי עפעס אנדערש?

װי אזױ װאלטסטו איבערגעזעצט release װען מע רעדט פון באפרײען א זאך (ניט א מענטש פון טורמע)? ►רוני◄ 10:06, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

באַפֿרייען, אדער אפשר אפלאזן. (נישט דערלייזן = אויסלייזן). --פוילישער 17:45, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

פיגא מיט איין יוד

אין שמות נשים איז קלאר אז יידישע נעמען וואס האבען א צירי אין ענדעגען מיט א אלף ו.צ.ב. בילא, פיגא שרייבט מען מיט איין יוד. ס'איז גראדע פארהאן א פולמוס אין די אחרונים איבער א גט וואס מען האט געשריבען פייגא מיט צוויי יוד'ן צו ס'איז כשר בדיעבד. --יוסל 23:52, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

איר זענט טאקע גערעכט, דאס איז דער כלל אויף לשון-קודש, אבער מען שרייבט נישט קיין גט דא. אויף יידיש איז דער שטייגער אז איין 'י' באדייט א חיריק און צוויי יודן 'יי' באדייט א צֵירה. --פוילישער 10:22, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
די ביזט גערעכט ס'איז נישט קיין גט אבער איך מיין א נאמען האט נישט קיין צוויי אויסשרייבינגען, מען שרייבט אויך נישט אויף יידיש "חאיעם" נאר "חיים", "לאזער" נאר "אלעזר" א נאמען בלייבט א נאמען, וואס מיינסטו?--יוסל 22:19, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אנטשולדיגט, חיים און אלעזר זענען נעמען פון לשון-קודש, ניצט מען טאקע דעם לשון-קודש אויסלייג. אבער פייגא איז א יידישער נאמען, שרייבט מען לויט די כללים פון יידיש. קוקט אויף גוגל 15,000 מאל "פייגא" מיט צוויי יודן. --פוילישער 23:39, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

פארװאס װאנצעס אין לשון רבים?

און ניט װאנץ אדער װאנצע אין א לשון יחיד? ►רוני◄ 23:19, 22 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

א וואַנץ איז עפעס אנדערש. דו פרעגסט זער גוט, אבער אזוי זאגט מען אויף יידיש "וואנצעס" מערצאל. לויט וויינרייכן קען מען זאגן "וואנצע" אויף איין העלפֿט פון די וואנצעס, אבער איך האב דאס קיינמאל נישט געהערט. --פוילישער 23:27, 22 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אױטאָמאַטיש װײַטערפֿירן ײדישע אותיות

װײסטו אפֿשר צי עס איז מעגלעך װײַטערפֿירן אױטאָמאַטיש יידישע אותיות צו לשון קודשדיקע אותיות. למשל זאל צװײ צוזאַמענדיקע װאװן אַריבערפֿירן צו צװײ אָפּגעטײלטע װאװן? אין גוגל איז דאָס מעגלעך. אױך די ענגלישע װיקיפּעדיע פֿירט אַריבער קלײנע צו גרױסע אותיות און פֿאַרקערט. למשל IsRaEl איז פּונקט װי שרײַבן Israel. דאָס װעט זײַן אַ געװאַלדיקע אױפֿטו. דער פֿאַקט איז, אז אױך בײַ אונדז, װיקיפּעדיע:* מיט צוגעבונדענע װאָּװן און וויקיפעדיע:* אָן צוגעבונדענע װאָּװן פֿונקציאָנירן בײדע גלײַך. ד"ה אױב דו שרײַבסט װיקיפּעדיע מיט צװײ באַזונדערע װאָװן װעסטו באַקומען אַ קעפל מיט צװײ באַהעפֿטע װאָװן. אַ דאַנק. ►רוני◄ 23:58, 24 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ליידע ווייס איך נישט וויאזוי דאס ארבעט. אפשר קען מען פרעגן אין מעטאוויקי צי אזא זאך איז מעגלעך. --פוילישער 00:09, 25 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך זע דאָס פֿאַר אַ װיכטיקער פּונקט. װײסטו אפֿשר װוּ גענױ קען מען דאָס קלאָר מאַכן? ►רוני◄ 00:12, 25 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

שאלה איבער מעקן ווען גוגל גיט רעזולטאטן?

בנוגע אייער מעקונג וואס איר האט ערקלערט אלס סיבה אז דאס איז נישט אידיש וואלט איך געוואלט פארשטיין. איך זעה איר ברענגט אסאך גוגל רעזולטאטן אלס א באווייז צו אייך אז א ווארט נוצט מען יא אין אידיש. אבער פאר מיר אז דאס גענצליך איבעריג ווייל אייער מיינונג איז מער ווערד פון וואס דער עולם שרייבט. - אבער מיר איז שווער פארוואס מעקט איר אנדערןס ווערטער ווען גוגל זאגט גאר אז זייער אסאך שרייבן דאס אזוי ווי למשל טאמעטא? זעה. מער קלאר מיך גייט נישט אן אז איר טוישט אנדערן'ס ווערטער. נאר די שאלה איז וואס גייט אייך אן אז עס איז דא רידיירעקטס פון אזא סארט ווארט וואס פילע שרייבן דאס אנדערשט מעגליך בטעות אבער אויב גוגל זאגט אייך אז געוויסע שרייבן דאס אזוי אין אידיש קענט איר נישט מעקן די רידיירעקטס אויבן אויף ביטע ערקלערן א גרויסן דאנק.--ווארצגאנג 14:32, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אויב אזוי קענט איר צוריקשטעלן דעם ווייטערפירן בלאט. --פוילישער 18:41, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איר זענט א גיבור איך האב נישט געגלייבט אז איר וועט מודה זיין אין אייער טעות איר האט מיך געמאכט טראכטן דאן א שאלה פארוואס ביי קאטעגאריעס עקשענט איר זיך יא צו מעקן? אז ביי נאמאלע ווערטער גייט אייך נישט אן די איבעריגע רידיירעקטס וואס אפילו לויט אייער מיינונג איז דאס נישט קיין אידיש, דאן וואס גייט אייך אן די איבעריגע רידיירעקטס דוקא ביי קאטעגאריעס. די גאנצער ענין פון א רידיירעקט איז דאך בלויז גרינגער מאכן פארן זיכער דאן וואס איז די חילוק? זוכט מען דען נישט אסאך מאל קאטעגאריעס פונקט ווי נאמאלע ארטיקלן?--ווארצגאנג 15:30, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
מיר דאַכט זיך אַז מען קען ניט װײַטערפֿירן קאַטעגאָריעס, בלױז אַרטיקלען. ►רוני◄ 21:00, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
טעכניש קען מען יא זעה קאטעגאריע:מעלער די שאלה איז נאר צו לאגיש זאל דאס זיין שייך.--ווארצגאנג 15:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
קאטעגאריע:מעלער איז ניט קײַן redirect, עס איז אַ לײדיקע קאַטעגאָריע מיט אַ פֿאַרבינדונג צו אַן אַנדער קאַטעגאָריע. ►רוני◄ 17:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]
... וואס דאס איז דער זעלביגער זאך ווי א רידיירעקט - עס טוט רידעריקטירן דעם טראפיק צו אן אנדער בלאט. עס איז נאר נישט אטאמאטיש ווייל מען וויל בעטן דעם באנוצער נישט אהין צושטעלן קיינע עדיטס פאר זיך נאר אלעס וואס מ'וויל טאן דערמיט זאל מען טאן מיט ריטיגן אויסגעוועלטן בלאט.--ווארצגאנג 14:39, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מען דארף נישט זוכן קיין קאטעגאריע. מען זוכט אן ארטיקל; ביים ארטיקל טרעפט מען די פאסיגע קאטעגאריע. --פוילישער 22:52, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

רידיירעקטס זענען נישט בלויז צו אקאמאדירן וואס מען דארף זוכן, - עס איז צו אקאמאדירן די זוכערס. דער פאקט איז אז מען זוכט און מען קען זוכן א קאטעגאריע אויכט. איז במילא אייער ווילן צו מעקן די רידיירעקטס, צו בלויז דא ערלויבן דאס וואס מען דארף זוכן אייער אייגענער פאליסי.
פאליסי מוז פראדעצורד ווערן דורך קאנסענסוס ביטע זעה אויף מיין רעדן בלאט אינטערן קעפל קאטעגאריע מעלער פארוואס איך בין נישט מסכים צו דעם פאליסי אויבן אויף. א גרויסן דאנק פארן זיך אויפקלערן.--ווארצגאנג 14:20, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אליעזר ירוחם באראן

יישר כח -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער יוסל וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן. פֿעב 2009

חסידישע הייפער גרופירן

איך האב אין שנעלען צוזאמען געשטעלט א טייל פון דעם בלאט צאנז (הויף), נאר אין אמת'ן וואלט אפשר בעסער געווען דאס אפטיילען אין עקסטרע הייפען שינאווא, קשאנאווא, א.ז.ו. נאר לאזען א לינק צו די אנדערע בלעטער. דאס זעלבע איז בנוגע ענליכע גרעסערע הייפער צ.ב.ש. ראפשיץ, דזשיקאוו, טשערנאבל א.ז.ו., קלערט אייך איבער איך לאז דעם באשלוס צו אייך. (ווארשיינליך וועל איך ווייניגער טעטיג זיין און די קומענדיגע צוויי וואכען)--יוסל 12:23, 5 פעברואר 2009 (UTC)

איבער צוריק אויפלעבן די אקטועלע געשעענישן

דאָס קען זײַן גוט נאָר אױב מ'לײגט די זעלבע נײַעס װי אַנדערע װיקיען. ►רוני◄ 19:11, 13 פעברואר 2009 (UTC)
נישט געווען קיין באשלוס צו עפענען נייעס. ווער וועט זיי דערהיינטיגן? --פוילישער 19:53, 14 פעברואר 2009 (UTC)

איבערשמועסן

כ'האב חשק צו שאפן א עקסטערע קאטאגאריע - בארניוו אדער באראנאוו ?. ביי אברהם שמחה הורוויץ האב איך צוגעלייגט א קאַטעגאָריע - גדולי ישראל עולים קיין א"י אבער כ'האב איז נישט געמאכט דערווייל וואס קלערט איר פון אזא קאַטעגאָריע, אין וואס וואלט געווען דערפאסיגע נאמען?--יוסל 14:55, 27 פעברואר 2009 (UTC)

צווישן בארניוו און באראנאוו ווייס איך נישט (אבער דער ערשטער האט מער א שמעק פון יידיש). וועגן א קאטעגאריע: גדולי ישראל עולים קיין א"י, לכאורה איז דאס א גוטער נאמען; שאפט די קאטעגאריע, דער וואס האלט אז מ'קען פארבעסערן דעם נאמען קען מעלדן אויפן שמועס-בלאט. --פוילישער 15:00, 27 פעברואר 2009 (UTC)
איך מײן אַז די װערטער "קײַן א"י" איז איבעריק. ►רוני◄ 23:36, 27 פעברואר 2009 (UTC)

לדעתי אָן די ווערטער "קײַן א"י" גדולי ישראל עולים איז אריין העברעאישער אויסשפראך, צ.ב.ש - הוא עלה שנה שעברה, וכהנה, דאגעגען אויף יידיש ווערט אויסגעדריקט, ער האט פאַריאָר עולה געווען קיין א"י.--יוסל 22:19, 28 פעברואר 2009 (UTC)

כ'בין מסכים מיט יוסל, אן די ווערטער "קיין א"י" איז נישט קלאָר וואס מען מיינט. --פוילישער 00:33, 1 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
כ'בין ניט זיכער מיט װאָס איר זאָגט. כ'מײן אַז אױך אױף ייִדיש זאָגט מען "ער האָט עולה געװען פֿאָריקן יאָר" "זײ זײַנען עולים" אדג"ל. אָבער עולים אין אַ מערצאָל הערט זיך אין מײַנע אױערן עכטע העברעיש. אָבער מיט די װערטער "קײַן א"י" איז אפֿשר אױך גוט. ►רוני◄ 04:56, 1 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אפשר וואלט געווען בעסער "גדולי ישראל וואס האבן עולה געווען קיין א"י". אבער סתם עולים קען באדייטן עולה זיין צו דער תורה, ניין? --פוילישער 10:14, 1 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

די סבה פארוואס כ'האב פארגעשטעלט לכתחלה עולים אויף לה"ק, ווייל כ'מיין אז א קאטאגאריע דארף טראגן א קורצן נאמען, אנדערש קען מען פשוט שרייבן אינגאנצן יידיש "גדולי ישראל וואס זענען ארויף קיין א"י", אדער אויף צוהאלטן קורץ "גדולי ישראל - עולה געווען קיין א"י", אדער גאהר "גדולי ישראל - ארויף קיין א"י".

אפשר טאקע "גדולי ישראל - ארויף קיין א"י". --פוילישער 11:27, 1 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך האַלט אַז "גדולי ישראל וואס זענען ארויף קיין א"י" איז בעסער. בעסער אַ לאַנגע קאַטעגאָריע אײדער אַרײַנלײגן טירען אין דעם קאַטעגאָריע־נאָמען. ►רוני◄ 02:09, 4 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מען שרײַבט דעם טאָג נאָכן חודש

איך זע אַז איר שרײַבט שטענדיק פֿריער דעם נומער אַזױ װי אין העברעיש, אָבער אױף ייִדיש דאַרף מען פֿריער שרײַבן דעם מאָנאַט. עס קומט "מערץ 4" און ניט "4 מערץ". אַזױ שרײַבן אױך אַלע ייִדישע צײַטונגען (ניט געטראָפֿן פֿאַרקערט). כ'אָב געזוכט "מערץ" אין גוגל און דאָס געטראָפֿן: פֿאָרװערטס, אַלגעמײנער. ביטע זײַ בודק. ►רוני◄ 02:02, 4 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אויב איך מעג צולייגן א מיינונג: ס'איז בעצם א חילוק אין די גויאישע וועלט, דהיינו אין אמעריקא ווערט געשריבן March 4th, 2009 בשעת אין די אנדערע ערטער א"י, אירופא, א.ז.ו. ווערט געשריבן 4th March 2009 די צייטונגן וואס איר ברענגט זענען אמעריקאנער. ס'וואל כדאי געווען אפשר צומאכין א כלל.--יוסל 08:28, 4 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אזוי ווי יוסל שרייבט, די אמעריקאנער צייטונגען מאכן נאך דעם אמעריקאנער סטיל "מאנאט טאג יאר". אלע אנדערע שרייבן "טאג מאנאט יאר". --פוילישער 13:42, 4 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
דאָס איז קלאָר אַז בײַ אַ בינדװאָרט שרײַבט מען פֿריער דעם טאָג "דעם 41טן יאַנואַר", אָבער װען מע שרײַבט נאָר דעם טאָג מיט דעם חודש, קומט עס "מערץ 4", טאָמער װאָלט מען געשריבן מיט אַ "אין" װאָלט מען טאַקע געדאַרפֿט שרײַבן "4 אין מערץ" (אַזױ װי אין העברעיש "4 במרץ") אָבער שרײַבן בלױז "4 מערץ" קלינגט זיך זײער מאָדנע (4 מערצן ניט 3 מערצן :-)). טאָמער איז דאָ אַ ייַדישער שרײבער װאָס שרײבט װי אײַך לאָזט מיר ביטע הערן. דער בעסטער כּלל װעט זײַן צו שרײַבן תּמיד מיט אַ בינדװאָרט 4טער מערץ, 5טער מערץ. אַזױ שרײַבט מען אין אַלגעמײן. זע דאָ ►רוני◄ 15:58, 4 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אויב אזוי, 4טן מערץ, 5טן מערץ, דאטיווער פאל. --פוילישער 20:47, 8 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
פֿאַרװאָס שרײַבן אױף אַ דאַטיװער פֿאַל? נאָרמאַל שרײַבט מען דאָך נאָמינאַטיװ. ►רוני◄ 15:19, 11 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
פֿארוואָס ווייס איך נישט, אבער אזוי שרייבט כ"ץ און אזוי זאגט מען טאקע. --פוילישער 15:26, 11 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
װאָס הײסט אַזױ שרײַבט כ"ץ? װען מען שרײַבט דאַטיװ שרײַבט מען "אינעם 1טן יאַנואַר", אָבער װען מען שרײַבט סתם אַזוי, שרײַבט מען "1טער יאַנואַר". ►רוני◄ 18:02, 11 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
גראמאטיק פון דער יידישער שפראך 13.3.4: דאטעס ווערן פארמירט מיט סדר־נומערן. זיי זענען מענלעך און טראדיציאנעל געגעבן אין דאטיוו מיט דעם מענלעכן געוויסיקן ארטיקל "דעם" (פארטייטשט פון ענגליש). --פוילישער 20:20, 11 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אַ דאַנק (מײַן גאַנצע דרשה איז בטעות ניט געשיקט געװאָרן, װעל איך רעדן אין קורצן) דער פֿאָרװערטס שרײַבט 6טער מערץ און ניט 6טן מערץ, ס'שװער צו גלױבן אַז זײ האָבן חילוקי דעות אין דעם ענין, זע למשל דער פֿאָרװערטס גאַנץ אױבן עס שטײט דאָרט 6טער מערץ און ניט 6טן מערץ. לױט מײַן אױסזע זעט מיר אױס מאָדנע צו שרײַבן למשל בײַ אַ טיטל פֿון אַ צײַטונג "6טן מערץ" אין אַ דאַטיװן פֿאַל. אָבער פֿון דעסטװעגן אױב ביסטו ניט מסכּים מיט מיר, קען מען דאָ שרײַבן דאַטיװ, בעיקר װיבאַלד רוב פֿון די אַרטיקלענס װיקי־לינקען קומען דאַטיװ. אַ דאַנק דיר. ►רוני◄ 06:33, 12 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
װי הײסט דער ספֿר גראמאטיק פון דער יידישער שפראך אױף ענגליש, איך װעל אים אַ זוך טאָן בײַ אונדז אין אוניװערסיטעט. ►רוני◄ 11:08, 12 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
Dovid Katz, Grammar of the Yiddish Language (Duckworth, 1987)

--פוילישער 11:49, 12 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

װידעאָ רעדאַקטאָר פּראָגראַם

איז מעגלעך צו נוצן דעם װאָרט "רעדאַקטאָר" אַף צו רופֿן אַ Video editing program? נאָרמאַל קען איך דעם װאָרט צו באַטיטלען אַ מענטשן, ניט אַ עצם. װאָס האַלטסטו? ►רוני◄ 06:02, 8 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

פשטות איז רעדאקטאר א מענטש. מ'קען אפשר זאגן "ווידעא רעדאקטירונג פראגראם". --פוילישער 20:49, 8 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

איך שרייב הוילע שטותים? דאן ביטע קלער אויף דיין שתיקה כהודאה דא ביי רוניס וואנדאליזם

פארוואס לאזטו דא רוני פארשפארן בלעטער ווי כלל שפראך? פארוואס לאזטו דא רוני בלאקירן באנוצער? ווי ער האט מיך בלאקירט ווען איך האב גערעדט און ער האט געשוויגן ביים אידישקייט יידישקייט דעבאטע. פארוואס לאזטו אים דא בכלל קאמאנדעווען רוקן און באוועגן בלעטער אן זיין רעדן בכלל ווי ער איז טויט שטיל און איך רעדט. ווי למשל דו האסט געטאן ביי וויקיפעדיע פאליסיס בלאט נישט נאר האסט אים געלאזט דא וואנדאליזירן נאר האסטעך אנגערופן מיט א תמימות עפעס א דריטער זאך אומגעפרעגט. פארוואס שווייגסטו ווען ער מעקט בלעטער ווי די קריטיק בלאט אן די געהעריגע געלעגנהייט בשעת איך מוטשע מיך געהעריג פרייטאג פארן זמן 2 שעה צו בארבייטן און איך האב געזאגט אז איך האלט נאך דערביי ביים בארבייטען. פארוואס לאזטו אים דא רודף'ן באנוצער דורך זיך מאכן א בלאט אויף באנוצער וואס ער זאגט אז אין זיין מיינונג דארף מען זיי אויפפאסן, און ווען נישט וואס איך בין מוחה האט ער נאך געהאט די חוצפה זיי צו באשולדיגן אלץ איין מענטש? וכו' וכו' יעדן טאג ביסטו דא שטיל. איך האב נישט קיין שום פראבלעם זאלסט לייקענען אפילו איך ברענג דיר באווייזן אבער מיך אנצוריפן וועגן דעם אז איך שרייב שטותים דאס איז א חוצפה. און איך גיי דאס צוריקשטעלן ביטע ענטפער פאר 24 שעות אז נישט גייט דאס צוריק.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 14:18, 18 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]