אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:ווארצגאנג"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏מיין רבי דא: אינטערוויקי
←‏מיינע חברים ניקס: אינטערוויקיס
שורה 20: שורה 20:
פאלגענד זענען מיינע חברים וואס איך רעספעקטיר און האב ליעב אהבת נפש מער פון אלעם אויף די וועלט.
פאלגענד זענען מיינע חברים וואס איך רעספעקטיר און האב ליעב אהבת נפש מער פון אלעם אויף די וועלט.


פוילישער - ער האט מיך געטשאלענדזשט מיט זיין ערקלערונג אז עס גייט אים נישט אן אז מען הארגעט דא מענטשן און מבאגייט אומרעכטן ווילאנג דאס האט דער צושטימונג פון די קהילה איז דאס נישט זיין פראבלעם.
[[באנוצער:פוילישער]] - ער האט מיך געטשאלענדזשט מיט זיין ערקלערונג אז עס גייט אים נישט אן אז מען הארגעט דא מענטשן און מבאגייט אומרעכטן ווילאנג דאס האט דער צושטימונג פון די קהילה איז דאס נישט זיין פראבלעם.


רוני - ער האט מיך געלערענט אז מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער און אויפדעקן אידענטיטעטן איז אויך נישט קיין פראבלעם ווילאנג די קהילה איז נישט מוחה.
[[באנוצער:רוני]] - ער האט מיך געלערענט אז מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער און אויפדעקן אידענטיטעטן איז אויך נישט קיין פראבלעם ווילאנג די קהילה איז נישט מוחה.


שמאלץ - ער האט מיר געלערנט אז דאס לעבן איז אסאך מער רואיג און געלאסן אז מען איז נישט מוחה אויף אומרעכטן און מע'מעקט דאס פון וויקיפעדיע.
[[באנוצער:שמאלץ]] - ער האט מיר געלערנט אז דאס לעבן איז אסאך מער רואיג און געלאסן אז מען איז נישט מוחה אויף אומרעכטן און מע'מעקט דאס פון וויקיפעדיע.


שלום בערגער - אז מע'טאר נישט שרייבן נאר טאמער מען האט דורך געלערנט טיעף די סוביעקט.
[[באנוצער:שלום בערגער]] - אז מע'טאר נישט שרייבן נאר טאמער מען האט דורך געלערנט טיעף די סוביעקט.


- אבער איך בין מיט זיי טויט מחולק און איך האלט נישט ווי פוילישער אז מע'מעג שווייגן. איך האלט נישט ווי רוני אז ממעג באגיין אומרעכטן צו מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער ווען מען וויל געווינען א מחלוקה. איך האלט נישט ווי שמאלץ אז פון נישט זיך מוחה זיין און ח"ו פאשטיקן עוולות איז מען רואיגער און געשמאקער דאס לעבן, איך האלט נישט ווי שלום בערגער נאר איך האלט אז קודם זאל מען שרייבן אביסל, בעסער ווי גארנישט. - איך דאנק זיי אבער אלע פארן מיך לערנען זייערע געפילן און וויסענשאפן. און וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זייערע שטערונגן.
- אבער איך בין מיט זיי טויט מחולק און איך האלט נישט ווי פוילישער אז מע'מעג שווייגן. איך האלט נישט ווי רוני אז ממעג באגיין אומרעכטן צו מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער ווען מען וויל געווינען א מחלוקה. איך האלט נישט ווי שמאלץ אז פון נישט זיך מוחה זיין און ח"ו פאשטיקן עוולות איז מען רואיגער און געשמאקער דאס לעבן, איך האלט נישט ווי שלום בערגער נאר איך האלט אז קודם זאל מען שרייבן אביסל, בעסער ווי גארנישט. - איך דאנק זיי אבער אלע פארן מיך לערנען זייערע געפילן און וויסענשאפן. און וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זייערע שטערונגן.

רעוויזיע ביי 14:00, 17 מערץ 2009

באניצער שפראך קעסטלעך
yi ‫דער באַניצער רעדט יידיש אַלס מוטערשפּראַך.
en-2 ‪This user is able to contribute with an intermediate level of English.‬
דער באניצער העלפט אויס גערן נייע באניצער.
דער באניצער נעמט א טייל אין דער
איין ארטיקל א טאג איניצאטיוו.

שלום עליכם!

א דאנק פארן באזוכן און אינטערסירן זיך אין מיין באנוצער בלאט.

מיין סטייל דא איז זיך דורכרעדן זייער רואיג און דעטאליש מיט ליבע און רעספעקט, לויטן יסוד פון וויקיפעדיע וואס הייסט קאנסענסוס צוזאמענארבייט. איבערהויפט וואס איך זעה אן אנדער באנוצער נעמט א שטיקעלע אינטערעסע אין דעם. - אזוי ווייט אז זייער אסאך מאל איז מיין עיקר ארבייט אין די רעדן זייטן אדער אין באהאלטענע אי-מעיל עקסטשעינדזשעס, און נישט אין די גוף הארטיקל.

שפירט זיך פריי מיך צו פרעגן איבער יעדן נקודה פון מיין וויקי אקטיוויטעט, איך ענטפער זייער העפליך.

איר קענט מיר אויך שיקן אן אימעיל פריוואט (זעה זייטן מעניו פון דעם בלאט) און איך זאג צו קיינמאל דאס מפרסם זיין נאר נאך רשות.

מיין מאטיוו און ציל

חז"ל לערנען אונז גדול המחטיאו יותר מן ההורגו - דער פשט איז אז זינד זענען טאקע נישט קיין פיזישער טראגעדיע אבער א רוחניות'דיגער מאראלישער טראגעדיע איז א פאטאליטעט וואס קען נישט ערזעצט ווערן. אז מע'הארגעט איינעם אדער אפילו זעקס מיליאן איז די וועלט ווייטער וועלט. אנדערשט איז אבער אויב מעהארגעט דעם נשמה פון לעבן וואס הייסט וויסענשאפט: שטעלט אייך בלויז פאר אז איך נעם אוועק פון ביל געיטס אדער פון טשארלס דארווין זיין געוויסן, אוואו וואלט די וועלט געווען? איך קען זיך נישט פארשטעלן די צער פון די באשעפענישן אן די 2 טראכטערס.

אט דאס פיל איך כלפי דעם וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל מיין בעסטער זאך אין לעבן איז דעת, נישט עפעס ווייס איך וואס וויסנשאפט אדער סייענס, נאר בלויז וויסן. אזוי האט מען מיך ערצויגן, מיט די צייט האב איך איינגעזעהן אבער אז דעת אליין'ס ד.ה. נאקעט בלויז דער וויסן פאקטאר איז נישט דער זאך אליין'ס. נאר יעדער געוויסן באשטייט פון אביסל געפילן וואס מאיז דורך אין לעבן אין האט זיך אקומילירט הנחות און טאבוס וואס העלפן דאס פארעמען מיין היינטיגער דעת.

דעריבער איז גארנישט שייך קיין בעסערער פראיעקט ווי איך זאל האבן א חלק ווי דער וויקיפעדיע אויף מיין מאמע לשון. דא קען איך מיך באלאנצירן מיין דעת און דאס אויספארעמען מיט די געפילן פון אנדערע.

מיין רבי דא

באנוצער:גאנגלערי - ער האט שטענדיג געזאגט אז וויקיפעדיע איז גרעסער ווי אים'ן און קען זיך נישט מיט אלעמען אן עצה געבן און רוב פראבלעמן דא וועלן געלייזט ווערן נישט דורך אים נאר דורך די לאנגער משך פון וויקיפעדיע וואס איז גרעסער פון לעבן אליין'ס.

מיינע חברים ניקס

פאלגענד זענען מיינע חברים וואס איך רעספעקטיר און האב ליעב אהבת נפש מער פון אלעם אויף די וועלט.

באנוצער:פוילישער - ער האט מיך געטשאלענדזשט מיט זיין ערקלערונג אז עס גייט אים נישט אן אז מען הארגעט דא מענטשן און מבאגייט אומרעכטן ווילאנג דאס האט דער צושטימונג פון די קהילה איז דאס נישט זיין פראבלעם.

באנוצער:רוני - ער האט מיך געלערענט אז מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער און אויפדעקן אידענטיטעטן איז אויך נישט קיין פראבלעם ווילאנג די קהילה איז נישט מוחה.

באנוצער:שמאלץ - ער האט מיר געלערנט אז דאס לעבן איז אסאך מער רואיג און געלאסן אז מען איז נישט מוחה אויף אומרעכטן און מע'מעקט דאס פון וויקיפעדיע.

באנוצער:שלום בערגער - אז מע'טאר נישט שרייבן נאר טאמער מען האט דורך געלערנט טיעף די סוביעקט.

- אבער איך בין מיט זיי טויט מחולק און איך האלט נישט ווי פוילישער אז מע'מעג שווייגן. איך האלט נישט ווי רוני אז ממעג באגיין אומרעכטן צו מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער ווען מען וויל געווינען א מחלוקה. איך האלט נישט ווי שמאלץ אז פון נישט זיך מוחה זיין און ח"ו פאשטיקן עוולות איז מען רואיגער און געשמאקער דאס לעבן, איך האלט נישט ווי שלום בערגער נאר איך האלט אז קודם זאל מען שרייבן אביסל, בעסער ווי גארנישט. - איך דאנק זיי אבער אלע פארן מיך לערנען זייערע געפילן און וויסענשאפן. און וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זייערע שטערונגן.

וועט איר דאך פרעגן בין איך קלוגער ווי פוילישער אז איין מענטש קען זיך שלאגן מיט א רבים? בין איך דען קלוגער ווי רוני אז איך א באנוצער קען זיך שלאגן מיט א סיסאפ וואס קען מיט איין קוועטש פון א קנעפל מיך בלאקירן און צוניש לייגן הונדערטע שעות פון ארבייט. בין איך קלוגער פון שמאלץ אז פון האבן א גרויס מויל און זיך קריגן כסדר וועל איך האבן איין חבר? בין איך קלוגער פון שלום בערגער אז עם הארצות און שטות איז ערגער פון אלע עבירות. ניין! אבער מיין רבי גאנגלערי האט מיר געזאגט און געפאדערט: וויקיפעדיע איז גרעסער ווי איין אדער זעקס מיליאן לעבענעס. עס וועט עין די ענדע נעמען אונזערע אלע חסרונות און מעלות צוזאמן מיט אונזערע זינד און קנאות'ער און העלפן די לעבן פון אונזערע דורות וואס וועלן אונז שוין נישט קענען און וויסן.

לעבן זאל וויסן! לעבן זאל דער וויקיפעדיע!

מיינע ביישטייערונגן

פאלגענד איז א ליסטע פון ענינים וואס איך האב בייגעשטייערט אין זיי מער פון 500 בייטן. - בלויז די וואס זענען געלינקט זענען פון מיינע ביישטייערונגן. קודם איז מיינע ארבייט איצט דא וואס איך האלט זיי אינמיטן בארבייטען ביטע לייגט צו א פלייצע: פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 29 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 28 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 27 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 26 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 25 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 24 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2024 מערץ 23


אידישקייט:

מידות: נארמאל -
מנהג - מנהגים - וואס איז אנדערשט א מנהג פון א מצווה - וואס איז דער ציל פון באשרייבן דעם באגריף פון א מנהג? -
סנדקאות -
מצוות:
יישוב הארץ: זיך געבעטן מען זאל אנקוקן דעם ענין פון התנחלות אין ארצינו הקדושה אלס א יסודות'דיגער ענין וואס מזאל מעגן מאכן א קאטעגאריע דערפון -
חסידות:
חסידישע הויפן: פאריסוב -
ארגאניזאציעס: ארגאניזאציעס - אידישער וועלט קאנגרעס - צוריקגעצויגן פון אידישער צו יידישער נאכן זיך דורכרעדן מיט די קהילה - רבנישע ארגאניזאציעס -
רבנים: מועצת גדולי התורה -
קנאות:
ציוניזם: ציוניזם ארטיקלן - פירענדע רבנים פון די עקסטרעמע מתנחלים זאלן קענען האבן זייער אייגן קאטעגאריע דא -
נאטור:
טויט -
לעבן:
געזונטהייט:
שלוקערץ - בראך -
וויטאמינען: וויטאמין C -
געזעלשאפט: מענער - פרויען -
לעבנסשטייגער:
כלים: געשיר - זעקל - הויז -
טראנספארטאציע: עראפלאן
עסנווארג:
אויל
איילבירטן אויל -
פלייש: שניצל -
קאכן: טיף פרעגעלען -
צייט: פאברואר 2009

וויסנשאפט:

ארכיטעקטור
קאנסטרוקציע -
ביאלאגיע: סעל ניוקליז - געשריבן איבער דעם סעל ניוקליז וואס איינער האט געמיינט אז איך האב עס אויסגעטראכט -
בעלי חיים:
קערפער:
פנים: שנאלץ -
געאגראפיע: זידעלונג אדער אין עברית התנחלות איז מער אויסגעהאלטן ווי סתם באזעצונג - מזרח אייראפע -
שטעט: לעמבערג: נוצען איר אלט-מאדישע נאמען אדער די מער באנוצטער? - בודאפעסט: נוצען איר אלט-מאדישע נאמען אדער די מער באנוצטער? -
טעכנאלאגיע:
קאמפיוטער:
אינטערנעט:
וויקיפעדיע:
וויקיפעדיע גראפיק: פארשענערט די זייטן מעניו נאכדעם וואס די וויקיפעדיע האט אזוי זיך געפירט 6 יאר -
וויקיפעדיע פאליסיס און אנווייזונגן: נישט געלאזט מאכן נייער פאליסי פון א יחיד אן זיך דורכרעדן קודם -
וויקיפעדיע זיי דרייסט: געטוישט אנדערן'ס ארבייט נאכן זיך דורכרעדן און זיך נישט געשראקן פון שטרענגן סיסאפ וואס האט מיך טאקע פערזענליך אטאקירט מיט ליגענט אז איך רעדט מיך נישט דורך -
וויקיפעדיע צוזאמענארבייט:
נישט אטאקירן פערזענליך: אייביג ווען א מענטש אטאקירט פערזענליך, איז דאס בלויז ווייל ער האט פארלוירן קאנטראל איבער זיך זעלבסט, די סיבה פון פארלירן קאנטראל איז ווייל מ'פארשטייט נישט יענעם. ווידעראום אן אייגן קינד אפילו מע'פארשטייט אים נישט פארלירט מען זיך נישט קאנטראל צו גיין פערזענליך, זעה דא ווי איך פארשטיי נאך היינט נישט יענעם אבער איך בין צוריק אין קאנטראל אין איך בין שוין נישט פערזענליך אין קריג ווייל איך רעספעקטיר און ליעב יענעם מער ווי מיין אייגן קינד - זעהט ווי איך בין געווארן בלאקירט פאר 3 טעג און גערודפט זינט מיין ערשטן טאג דא אז איך בין אנדערע ניקס. איך זאג שיין און רואיג מיט ליבשאפט און רעספעקט אז יענער האט א טעות -
קאנסענסוס: געבעטן מען זאל מער רעדן ביים וואלן נישט סתם מסכים וזהו נאר זיך דורכרעדן - פאראכטן א 6 יאריגע פאלטשער מנהג פון בעטן שנעל אויסמעקן אנשטאט א מער קאנסענסוס ביטע פון אויסמעקן דורך זיך און נאך דורכרעדן - געבעטן אויסמעקן איבעריגער בלאט -
וויקיפעדיע צייטליך: געלייגט צייטליכע ארטיקלן טראץ פארשעמונג אז איך ווייס דאס נישט -
סאקפאפעטרי: געבעטן שיין 2 באנוצער זאלן זיך נישט פירן ווי זאקן-פאפעט'ס
רידיירעקטס: מזאל נישט אויסמעקן רידיירעקטס פון אידישע טערמינען וואס בלויז טייל שרייבן - געווארן בלאקירט אויף 3 טעג פאר דאס מאכן צופיל רידיירעקטס! -
קאטעגאריעס: קאטעגאריע וואס איז נישט פארהאן אין ענגליש, היברו און דייטשיש וויקיפעדיעס זאל דערווייל בלויז זיין א רידיירעקט צום מערסטן פאסענדען קאטעגאריע -
קהילה היאראכיע:
וויקיפעדיע סיסאפ: זיך באדאנקט פארן סיסאפ פארן קודם נישט פארשטיין פארוואס ער האט בלאקירט מיך זעלבסט בשעת ווען ער אליין'ס איז געווען פארמישט אין א אישו און ער האט ווארשיינליך לויט אלע וויקיפעדיע פאליסיס אביוזד זיין כוח אבער ווער בין איך דאס אויפצומערקן אדרבה איך פארקוק דאס אומרעכט ווייל איך בין אויך נישט פערפעקט -
נעטווארק: רופט מען דאס נעטווארק אדער אן איבערגעטייטשטער ווארט? -
כעמיע: קארבן דייאקסייד -
לינגוויסטיק:
ראשי תיבות: RSVP -
סאציאלאגיע: מאדערניזאציע -

ביאגראפיעס:

בנימין זאב הערצל - בערני מעדאף - אביגדור ליבערמאן - גענאדי עסטרייך - יושע פישמאן- יצחק לייבוש פרץ - הערשל פרידמאן - שמואל ווידער -

פארוויילונג: מאווי טעאטער -
עקאנאמיע: רעסעסיע: איבערגעלייגט די הסברה - געשעפט -
פיזיק:
נאפט
שפראך:
יידיש: נישט צוגעלאזט אז די פרייע וויינרייך פאמיליע זאלן איינטיילן פאר חסידים וויאזוי צו רעדן אידיש -
מערצאל: מעלער אדער מאלערס? - דארף מען די ע' נאכן ווארט פאליס? -
וויסענשאפטליך: ניוקליז האט דאס אלטערנעטיווער אידישער באנוצטער ווארט מער פון ענגליש? -
קאנטעמפארערי: איז דא אזא ווארט מתנחלים אין אידיש? - וואס מיינט דער ווארט פאליס? -
שרייבן: זאל מען נוצן א באנוצטער ווארט קעגן א ווערטערבוך ווארט וואס מע'נוצט נישט ביים רעדן? -