אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 19: שורה 19:
ר' יואל איז פון אלס יוגנט געווען באקאנט אלס א גאר הייליקער און אבגעהיטענער פערזאן. זיין ערשטער זיווג איז געווען הרבנית חוה די טאכטער פון ר' [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] פון [[פלאנטש]], א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל, אויך זענען זיי געווען [[קוזין|קוזינען]] ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.
ר' יואל איז פון אלס יוגנט געווען באקאנט אלס א גאר הייליקער און אבגעהיטענער פערזאן. זיין ערשטער זיווג איז געווען הרבנית חוה די טאכטער פון ר' [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] פון [[פלאנטש]], א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל, אויך זענען זיי געווען [[קוזין|קוזינען]] ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.


==פערזענלעכע ביאגריפע==
==פערזענלעכע ביאגראפיע==
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב]]
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב]]
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. נאך זיין חתונה מיט חוה, די טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל דער פלאנטשער רב, איז ער געזעסן גיציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויף צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' [[ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין [[סאטמאר]], [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט די טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל דער פלאנטשער רב, ער איז געזעסין גיציילטע יארן אויף [[קעסט]] ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויך צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' [[ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין די שטאט [[סאטמאר]], [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.


ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט איר שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' העניך מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].


און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל פון [[טשענסטכאוו]], [[פוילן]]. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר.
און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל פון [[טשענסטאכוב]], [[פוילן]]. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטאכוב, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר. די רביצין אלטא פיגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבן און יאר תשס"ג, און ליגט לעבן איר מאן און קרית יואל.


== רבנות==
== רבנות==

רעוויזיע ביי 15:48, 18 פֿעברואַר 2009

סאטמאר רבי, ר' יואל טייטלבוים זצ"ל

רבי יואל טייטלבוים זצ"ל (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979) איז דער גרינדער פון דעם סאטמארער חסידות. ברייט באקאנט מיט זיין שטייפע אפאזיציע צו ציוניזם.

ער איז געבוירן געווארן אין סיגעט (דעמאלסט אונגארן) י"ז טבת תרמ"ז צו זיין טאטע רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב.


זיין אפשטאם

ר' יואל זצ"ל'ס ייחוס ציט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, ר' משה טייטלבוים זצ"ל פון איהעל באקאנט אלס דער ישמח משה. דער ישמח משה האט געשטאמט פון פשעמישל, גאליציע און איז געווען א מתנגד, שפעטער איז ער געווארן א חסיד אין א תלמיד פון דעם חוזה מ'לובלין אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, ר' אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן קמיע'ס וואס מ'האט געזען גאר וואונדערליכע זאכן אפי' די גוים האבן געוואוסט דערפון.

ווען דער ישמח משה איז נסתלק געווארן כ"ח תמוז תר"א האבן זיינע קינדער נישט מצליח געווען אנצוהאלטן דאס רבנות אין איהעל צוליב דער שטארקער מתנדגישער קהלה. זיין איינציגער זוהן האט געהייסן ר' אלעזר ניסן טייטלבוים זצ"ל, ער איז געווען א שטארק צוריקגעצויגענער און שארפער מענטש, נאכן זיין רב פאר א קורצע וויילע און סיגעט האט ער צוליב שטרייטן מיט די קאסאווער חסידים זיך אריבערגעצויגן קיין דרוהביטש, די היים שטאט פון זיין פרוי מרת רוזא בלימא, די טאכטער פון ר' אהרן פון חודרוב (לעבן דרוהביטש) אין מזרח גאליציע, און פאקטיש ממלא מקום געווען זיין שווער, וואו ער איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה שבת תשובה תרט"ו.

דער עלצטער זון פון ר' אלעזר ניסן איז געווען ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער ייטב לב, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי ז"ל פון טאלטשאווע און סוף ימיו און צפת. דער ייטב לב איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה ובנסתר, ער האט געהאט א שטארקן כח מגידות, שלש עשרה מדות פאר שמע קולנו פלעגט ער האלטן דרשות קרוב צו דריי שעה. דער ייטב לב איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א ישיבה.

דער ייטב לב, נאכן זיין רב און פארשידענע קהלות און אונגארן און אין גאליציע, איז ער אין יאר תרי"ח אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא פון דער גרויסער שטאט סיגעט, ווי דאס רבנות איז אנגעהאלטן געווארן ביי זיינע קינדער און אייניקלעך ביזן חורבן אייראפע.

נאך זיין הסתלקות אין יאר תרמ"ג האט ממלא מקום געווען דער צווייטער זון ר' חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, דער מחבר ספר קדושת יום טוב.

ר' יואל איז געווען דער יונגערער זון פונעם קדושת יום טוב. ר' יואל איז פון אלס יוגנט געווען באקאנט אלס א גאר הייליקער און אבגעהיטענער פערזאן. זיין ערשטער זיווג איז געווען הרבנית חוה די טאכטער פון ר' אברהם חיים הורוויץ פון פלאנטש, א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל, אויך זענען זיי געווען קוזינען ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.

פערזענלעכע ביאגראפיע

ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב

ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט די טאכטער פון רבי אברהם חיים הורוויץ ז"ל דער פלאנטשער רב, ער איז געזעסין גיציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין ראדאמישל, פוילן, בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויך צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' ישכר דוב רוקח זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין אונגארן און זיך באזעצט אין די שטאט סאטמאר, זיבנבערגן, וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.

ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און סאטמאר. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' זלמן לייב טייטלבוים, דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און טבריה.

און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א הארץ קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל פון טשענסטאכוב, פוילן. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטאכוב, אן אייניקל פונעם שרף פון מאגלניצא (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין טשעבין לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר. די רביצין אלטא פיגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבן און יאר תשס"ג, און ליגט לעבן איר מאן און קרית יואל.

רבנות

בעת ער האט געוואוינט און סאטמאר אלס אינגערמאן איז געווען די רעדע איהם צו אויפנעמען פאר מרא דאתרא אין סאטמאר, נאך דער פטירה פון ר' יהודה גרינוואלד, בעל שבט מיהודה אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה. נאך אפאר יאר זיצן און סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט אירשאווע, א קליין שטעטל אין קארפאטנרוס, לעבן מונקאטש, ווי ער האט אויך געפירט א ישיבה. ר' יואל האט שפעטער געזאגט אז זיינע בעסטע יארן איז געווען אין אירשאווע וואו ער האט געהאט א פארהעלטענסמעסיקע קליינע קהלה מיט מינימאלע שטערונגען און ער האט געקענט רואיג זיצן און דינען דעם אייבישטן.

און יאר תרע"ה ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן פון אירשאווע און געפליכטעט צוריק קיין סאטמאר וואו ער איז האט געוואוינט דארט 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ"ד וואס מען האט גערופן "דער ארשעווער ביהמ"ד" און פולע אידן פון סאטמאר האבן זיך באהאפן צו איהם, אויך איז ער געווען שטארק נונט מיטן ארטיגן רב ר' אליעזר דוד גרינוואלד, וואס האט איהם שטארק גישעצט. אין יאר תרפ"א איז ער צוריקגעפארן קיין אירשאווע.

אין יאר תרפ"ד האט ער פארלאזט אירשאווע און אנגענומען די רבנות פאסטן און מיטגעברענגט זיין ישיבה אין דער שטארק חסידישער שטאט קראלי, זיבנבערגן, רומעניע, ביים גרענעץ פון אונגארן, ער האט ממלא מקום געווען ר' שאול בראך זצ"ל וואס איז דאן געווארן רב אין קאשוי ְהיינט סלאוואקיי). דארט אין קראלי האט זיך ר' יואל ערווארבן צו איינע פון די גרעסטע חסידישע מנהיגים און אייראפע, פילע חסידישע אידן האבן אנגעהויבן זיך צו באהעפטן צו איהם.

און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל פאר רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך גיציילטע יארן פון צאנקערייען מיט די ארטיגע אשכנז'ישע איינוואוינער, 2 וואלן און 2 דין תורות ווי ר' יואל האט אלס געזיגט, האט ר' יואל פארלאזט קראלי און אריבערגעקומען זיך באזעצן אין שטאט און יאר תרצ"ד, 6 יאר נאכן הסתלקות פון לעצטן רב.

סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט און סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט ניסן תש"ד קאנצעטרירט די סאטמארע אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.

זיין רעטונג פון די נאציס

ער האט קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם רומענישן גרעניץ ווי ער מיט נאך פילע אידן זענען געפארן אין א רויטן קרייץ טראק פון סאטמאר קיין קלויזנבורג, א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנווייזן די וועג אריבער דעם גרעניץ איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז און מיטן פרייען גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט ר' יואל האבן די געסטאפא געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און די קלויזנבורגער געטא.

נאכן זיצן אפאר וואכן אינעם קלויזענבורגער געטא, און די דייטשן האבן אנגהויבן צו דעפארטירן די קלויזענבורגער אידן קיין אוישוויץ, האבן זיינע חסידים איבער די וועלט אנגעהויבן צופארארבעטן איהם ווי אמשנעלסטן ארויסצוראטעווען איידער מ'דעפורטירט איהם, און מיט שווערע אינטערווענצן פון שוחד און שתדלנות איז געלונגען אריינצושטעלן איהם מיט זיין פרוי מרת אלטא פייגא און זיין גבאי ר' יוסף אשכנזי, און א ספעציעלער באן קיין בודאפעסט מיט בערך 2000 אידן וואס א געוויסער ציוניסטישער אקטיוויסט רודאלף קאסטנער מיטן היופט עס עס אדאלף אייכמאן האבן פארהאנדלט אפצוראטווען פאר שווערע געלטער, גאלד און צירונגען זיי צו ארויספירן קיין שווייץ.

כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע ציוניסטן מיט דער באן, וואס איז געפארן אויף דער שווייץ, דאך האט ער מיט געלאזט אפאר רעליגיעזע אידן און צווישן זיי דער סאטמארער רבי רבי יואל פאר אסאך געלט וואס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך זיינע חסידים און סימפאטיקער איבער די וועלט.

אויפן וועג איז די באן פארדרייט געווארן דורך די דייטשן צו בערגן בעלזן וואו זי איז געבליבן פיר מאנאטן צוליבן אויסרייד אז מען האט נישט אויסגעצאלט די גאנצע צוגעזאגטע געלט, און עס האט 2 מאל געהייסן אז מ'פארקירעוועט דעם באן קיין אוישוויץ צו פארניכטונג, אבער נאך גאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען און גרויסע געלטער וואס איז אפגעשיקט געווארן פון אמעריקע איז ר' יואל מיט די איבעריגע אידן אריבער דער שווייץ אום כ"א כסלו תש"ה .

סאטמארער חסידים גלייבן אז די סיבה פארוואס קאסטנער האט אים מיטגענומען איז צוליב א חלום וואס קאסטנער'ס שווער האט געהאט וואס זיין מאמע קומט אים אין חלום אז אויב דער רבי וועט נישט זיין אויפן באן, וועט קיינער נישט איבערלעבן.

שפעטערע יארן

ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך דער מלחמה אין ירושלים, וואו ער איז געקרוינט געווארן אלס גאב"ד עיה"ק ת"ו, אבער נאכדעם וואס ער איז געקומען אויף א באזוך קיין אמעריקע ניו יארק, (ווי טייל זאגן איז ער געקומען צוזאמשטעלן געלט פאר די מוסדות אין ארה"ק), האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען דארט קודם אין די איסט סייד געגנט און דערנאך אין וויליאמסבורג, ווי ער האט געגרינדערט די ברייט פארצווייגטע תורה אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "סאטמאר", אריינגערעכענט: די קהלה קהל יטב לב (בתי מדרשים, מקוואות, בתי הוראה, בית השחיטה, מצה בעקעריי, און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות זומער קעמפ'ס).

ביי דער ענדע פון זיין לעבן האט ער אויפגעבויעט דאס שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. וואו ער איז געווען דער ערשטער באגראבן צו ווערן.

ביי זיין לויה האבן זיך באטייליגט איבער 100,000 באגלייטער, זיינע חסידים און נאנטע זענען געווען אזוי צעבראכן און פארלוירן אז זיי האבען אים בטעות אריינגעלייגט פארקערט מיט די קאףּ צו די שטאט און נישט מיט די פיס צו די שטאט ווי מען האט געוואלט/געדארפט טאן.

מלחמה מיט ציונות

ביי איינע פון די פילע פראטעסטן קעגן ציונות מיט זיין נפיו דער שפעטערדיגע סאטמאר רבי ר' משה טייטלבוים ז"ל

זיין הויפט לעבן איז געווען געווידמעט, און וועט געדענקט ווערן, זיין פייערדיגע קאמף קעגן ציונים, און איז מיט דעם שטארק באוואוסט, צווישען זיינע ספרים זענען ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה און נאך. אבער די אויסגערעכנטע זענען די איינציגסטע וואס ער אליין האט געשריבן.


זיינע הייליגע ספרים

  • חידושי סוגיות

און פיל נאך.



פריערדיקער:
--
אדמורי סאטמאר קומענדיקער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה