אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם אביש הורוויץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 44: שורה 44:
[[קאַטעגאָריע:מעליץ|אברהם אביש]]
[[קאַטעגאָריע:מעליץ|אברהם אביש]]
[[קאַטעגאָריע:ספינקא]]
[[קאַטעגאָריע:ספינקא]]
[[קאַטעגאָריע:רופשיץ]]
[[קאַטעגאָריע:רומעניע]]
[[קאַטעגאָריע:רומעניע]]

רעוויזיע ביי 21:41, 17 פֿעברואַר 2009

רבי אברהם (אבא) אביש הורוויץ, הי"ד (ה'תרנ"ז - ה'תש"ד). איז געווען דער קראלי רב

אפשטאם

רבי אביש'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ז, צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער, מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק.

זיין יוגנט

שוין פון זיינע יונגע יארן האט זיך רבי אביש'ל אויסגעצייכנט מיט זיין שארפן קאפ, זיין פלייסיגקייט, זיין יראת שמים און זיין עניוות. ער איז געווען א געדאלדיגער מענטש און א פארנעמער, אן "אוהב שלום ורודף שלום". ער איז געווען באהאפטן צו די גמרא, א געוואלדיגער פרומער, זיין דאווענען און לערנען איז געווען שטענדיג מיט א ברען. ער האט געהאט היתר הוראה פון הרב שמואל ענגיל, דער ראדאמישלא רב און פון הרב מאיר יחיאל הלוי האלצשטאק, דער אסטראווצער רב.

רבנות

ווען רבי אביש'לס שווער דער חקל יצחק איז אנטלאפן קיין מונקאטש ביי די ערשטע וועלט קריג, האט רבי אביש'ל געדינט אלס רב אין ספינקא. אויך איז ער א געוויסע צייט געווען רב אין רעמיט, זיבנבערגן.

קראלי רבנות

אין יאר ה'תרצ"ד ווען דער דאמאלסדיגער קראלי רב - הרב יואל טייטלבוים - איז געווארן רב אין סאטמאר, האט קאנדידירט פאר דעם קראלי רבנות, הרב שמואל גראס, ער האט געהאט די שטיצע פון דעם פריערדיגען רב'ס אנהענגער, מערסטענסטייל סיגוטער חסידים. דערגעגען האט קאנדידירט רבי אביש'ל, וואס ער האט געהאט די שטיצע פון זיין שווער'ס אנהענגער, מערסטענסטייל ספינקער חסידים. ווען רבי אביש'ל האט געווינען ביי די וואלן, האבען זיינע קעגנערס נישט געוואלט אקסעפטירן די רעזולטאטן, מיט אן אויסרייד אז רבי אביש'לאיז ערוועלט געווארן דורך מיטגלידער וואס זענען נישט בארעכטיגט געווען צו שטימען לויט די סטאטוטען פון די געמעענדע, דעראיבער האבן זיי זיך געשאפן אן עקסטערע געמיינדע. דער קריגעריי איבער דעם רבנות האט אין יענע צייט ארימגענימען דאס גאנצע אונגארישען אידענטום, ספעציעל צווישען די צוויי חסידישע הייפן סאטמאר און ספינקא.

רבי אביש'ל האט געהאט גרויס עגמת נפש פון דעם קריגעריי, ספעציעל פון די נאכפאלגן וואס זיינע קעגנערס האבען אויסגעאיבט אויף אים, ער האט געוואלט אוועק פון דארט, נאר זיינע אנהענגער האבען אים נישט צוגעלאזט. אין יאר ה'תרצ"ה איז געדריקט געווארן א קונטרס "ברוך מתיר אסורים" ארויסגעגעבען דורך דער ארטאדאקסישער קראלי געמיינדע ווי זיי באשרייבן דעם גאנצן פייער און האבן דארט אפגעדריקט די בריוון פון די רבנים וואס האבן געהאלטן מיט רבי אביש'ל. צווישן זיי איז, זיין שווער דער חקל יצחק, רבי שמעון סופר פון ערלוי, דער לבושי מרדכי, דער מונקאטשער רב, דער איהעלער רב ר' דוד דוב מייזליש בעמח"ס בנין דוד, און נאך א גאנצע ליסטע.

רבי אביש'ל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית אברהם" אין קראלי, ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר אומגעפעהר הונדערט בחורים.

הסתלקות

רבי אביש'ל איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין אוישוויץ, ב' סיון ה'תש"ד, הי"ד.

פאמיליע

רבי אביש'ל האט געהייראט די איינציגע טאכטער פון הרב יצחק אייזיק ווייס רב אין ספינקא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור 273
  2. פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה הורוביץ, אברהם אביש, בן נפתלי
  3. אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר