אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך האלבערשטאם"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
יוסל (שמועס | בײַשטײַערונגען) אין תקציר עריכה |
יוסל (שמועס | בײַשטײַערונגען) אין תקציר עריכה |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==אפשטאם== |
==אפשטאם== |
||
רבי ברוך איז געבוירן אין יאר [[ה'תקפ"ט]] אין דער שטאט [[רודניק]], [[גאליציע]],<ref>''רבינו הקדוש מצאנז'' חלק ב' עמוד של"ב</ref> צו זיין פאטער דער [[צאנז]]ער רב – הרב [[ |
רבי ברוך איז געבוירן אין יאר [[ה'תקפ"ט]] אין דער שטאט [[רודניק]], [[גאליציע]],<ref>''רבינו הקדוש מצאנז'' חלק ב' עמוד של"ב</ref> צו זיין פאטער דער [[צאנז]]ער רב – הרב [[חיים האלבערשטאם]] - דער ''דברי חיים'', און צו זיין מוטער מרת '''רחל פייגא''' די טאכטער פון דעם [[לייפניק]]ער רב - הרב [[ברוך תאומים-פרענקל]] - דער ''ברוך טעם''. |
||
רעוויזיע ביי 21:57, 15 פֿעברואַר 2009
רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ט – א' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב, דער פינפטער זון פון "דברי חיים".
אפשטאם
רבי ברוך איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ט אין דער שטאט רודניק, גאליציע,[1] צו זיין פאטער דער צאנזער רב – הרב חיים האלבערשטאם - דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא די טאכטער פון דעם לייפניקער רב - הרב ברוך תאומים-פרענקל - דער ברוך טעם.
הסתלקות
רבי ברוך איז נפטר געווארן ב' דר"ח אדר (א' אדר) ה'תרס"ו, און עלטער פון זעקס און זיבעציג יאהר.
פאמיליע
ווינטער ה'תר"ט האט ער חתונה געהאט מיט מרת פעסיל די טאכטער פון סיגעטער רב - הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים - דער ייטב לב. זיי האבן געהאט אכט קינדער.
- הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב (בארטפעלד).
- הרב צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק.
- הרב שלום האלבערשטאם, רב אין ניסקא.
- הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ.
- הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד.
- מרת חנה, (ה'תרי"ג (אומגעפעהר), - כ"ט טבת ה'תרצ"ב). זי האט געהייראט הרב משה יהודה ליב שפירא רב אין בייאטש, סאסוב, און סטריזשעוו.
- מרת יוכבד רבקה, זי האט געהייראט הרב אריה לייביש טייטלבוים, רב אין קרעשוב און רודניק,
- מרת רייזל, זי האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תרל"ח אין רודניק, מיט הרב משה אייכנשטיין, א זון פון הרב סענדיר ליפא אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב פנחס חודרוב, רב אין זעביא, א זון פון יהושע אלעזר חודרוב, אן איידעם פון הרב חיים פון קאסאב. רבי פנחס איז נפטר געווארן כ"ח שבט, און ליגט אין גארליץ. בזיווג שלישי האט זי געהייראט הרב יהודה אריה לייב אלטער דער שפת אמת. מרת רייזל איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרצ"ו.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבינו הקדוש מצאנז חלק ב' עמוד של"ב