אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישער טעאלאגישער סעמינאר"

פֿון װיקיפּעדיע
מאין תקציר עריכה
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 13:42, 6 פֿעברואַר 2009

דער יידישער טעאלאגישער סעמינאר פון אמעריקע, באקאנט צווישן אידן אלץ דזעי-טי-עס (JTS - Jewish Theological Seminary) און ביי חסידים אלץ דער שעכטער סעמינאר, איז דער הויפט אקאדעמישער און רוחניות'דיגע אינסטיטוט פאר דער אידישער קאנסערוואטיווער באוועגונג אין אמעריקע.


אנטוויקלונג

דזעי-טי-עס איז א דירעקטער יורש פון דער אידישער טעאלאגישער סעמינאר פון ברעסלוי וואס איז געגרינדעט געווארן אין ברעסלוי, דייטשלאנד אין 1854 דורך ראביי זאכאריאס פרענקל אלץ ענטפער צום קוים געבוירענעם רעפארם באוועגונג וואס פיל האבן געהאלטן איז צו ראדיקאל.

פרענקל האט געגרינדעט דעם סעמינאר אינאיינעם מיט'ן אפדרוקן זיין מייסטער ווערק דרכי המשנה. אין דעם העכסט שולאסטישן בוך ברענגט ער באווייזן אז דער אנטוויקלונג פון אידישקייט מיט די פרינציפן פון הלכה זענען געווען דינאמיש דורכאויס די אידישע היסטאריע. די געברויכן פון די פארשידענע תקופות האבן געהאט א שטארקע השפעה אויפ'ן אידישן מענטאליטעט, און עס זענען געווען פילע סאציעלע און קולטוראלע פאקטארן וואס האבן צוגעגעבן צום אויפבוי פון דער אנגענומענער מסורה.

פרענקל האט געהאלטן אז די הלכה איז נארמאטיוו, אבער אזוי ווי עס איז געווען אין אלע תקופות דארף זיך דאס אדאפטירן צו די באדערפענישן פון דעם טאג.

דער אינסטיטוט אין אמעריקע

דער חצר אין דעם היינטיגן דזעי-טי-עס קאמפוס

דזעי-טי-עס איז געגרינדעט געווארן אין אמעריקע אין 1886 דורך צוויי אנגעזעהענע ראבייס וואס האבן זיך אפגעטיילט פון דער רעפארם באוועגונג, דר. סאבאטאו מארייס און דר. ה. פעריירא מענדעס. איר ציל איז געווען צו פארהאלטן די באקאנטשאפט און פראקטיצירונג פון היסטארישן אידישקייט.

די ערשטע קלאסן זענען געהאלטן געווארן מיט צען סטודענטן אין דעם שארית ישראל ספרד'ישן שוהל, דער עלטסטער אידישע שוהל אין ניו יארק.

אין 1902 איז פראפעסאר סאלאמאן שעכטער, א רומענישער שולער און לערער פון א חבד'סקער פאמיליע, געווארן פרעזידענט פון דעם סעמינאר און איר געבראכט צו גאר א רעספעקטירטן צושטאנד. שעכטער איז באקאנט די מערסטע פאר זיין היסטארישע אנטדעקונג פון דער גניזה אין א שוהל אין קאירא, עגיפטן, וואס האט אנטהאלטן גאר אלטע ספרים און כתבי ידות, אריינגערעכנט אויך עטליכע ארגינעלע כתבי ידות פונ'ם רמב"ם.

דער היינטיגער פרעזידענט איז איסמאר שארש.

דער סעמינאר היינט

היינט געפינט זיך דער סעמינאר אין א פראכטפולן געביידע ביי 3080 Broadway, ביים 122'סטע גאס אין ניו יארק.

היינט באשטייט דזעי-טי-עס פון עטליכע שולעס פאר די שטודיעס פון תלמוד, הלכה, אידישע היסטאריע, חזנות און אידישער מוזיק און נאך. אויף פארמאגט עס א וועלט בארימטע ביבליאטעק, וואס אנטהאלט א ריזיגע פארזאמלונג פון ספרים און בוכער פון אמאל און היינט, און פיל אלטע כתבי ידות, אריינגערעכנט פיל כתבי ידות פון דעם קאירא'אישער גניזה.


באקאנטע לערערס אין דעם סעמינאר


דרויסענדע לינקס