אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פויזן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: szl:Poznańy
שורה 77: שורה 77:
[[sr:Познањ]]
[[sr:Познањ]]
[[sv:Poznań]]
[[sv:Poznań]]
[[szl:Poznań]]
[[szl:Poznańy]]
[[tr:Poznań]]
[[tr:Poznań]]
[[uk:Познань]]
[[uk:Познань]]

רעוויזיע ביי 19:31, 25 יאַנואַר 2009

דער שטאט פלאץ אין פויזן

פויזן (פויליש: Poznań; דײַטש: Posen) איז א שטאט אין מערב פוילן. אין פארגאנגענהייט, די שטאט איז געווען א שווערער קריגעריי פונקט צווישן דייטשלאנד און פוילן. – א קריגעריי וואס איז געווען איינע פון די אורזאכן צו דער צווייטער וועלט קריג. די שטאט איינוואוינערס צאל איז 500,000. (2002 אפשאצונג )

היסטאריע

די שטאט איז געגרינדט געווארן אין דעם 10טן יארהונדערט אלס א פעסטונג פון דעם ערשטן מיאצקו, דער פירשט פון פוילן. אין דעם צווייטן האלבן פון דעם 10טן יארהונדערט איז געבויט געווארן אין דער שטאט דער הייליגער בזליקת פטרוס ופאולוס קאטעדראל – דער אלטסער קאטעדראל אין פוילן. די שטאט האט זיך איבערגעקערט צו דער פוילישער הויפטשטאט אין 1025 מיט דער קרוינונג פון בולסלאוס דער דרייסטער צו זיין דער פוילישער קעניג. אין דעם 13טן יארהונדערט די שטאט האט זיך אנטוויקלט, און זי האט זיך איבערגעקערט צו א וויכטיקער קולטורעל און געשעפטלעך צענטער.

יארן שפעטער, אין יאר 1793, אין אנהייב פון די פוילישע טיילונג דורך רוסלאנד, פרייסן, און עסטרייך, פרייסן האט באקומען די שטאט צו אירע הענט. נאך דעם אין די פוסטריט פון נאפאלעאן באנאפארטעס קריגערייען די שטאט האט זיך איבערגעקערט צו א טיילונג פון ווארשע גובערניע. אבער נאך דעם דורכפאל פון נאפאלעאן באנאפארטע, און די אייראפעישע גרעניצן דעפיניציע אין ווינער קאנגרעס, די שטאט איז אומגעקערט געווארן צו פרייסן און האט זיך איבערגעקערט צו זיין די הויפטשטאט פון די גרויסע פויזן גובערניע, און פון אנהייב 1848 יאר, א פרייסישע פויזן פראווינץ הויפטשטאט.

אין דער שלום קאנפערענץ וואס איז פארגעקומען אין פאריז אין 1919 נאך דער ערשטער וועלט קריג איז באשטימט געווארן אז די שטאט וועט אריבערגעפירט ווערן צו די פוילישע הענט. אין יאר 1939 נאך וואס דייטשלאנד האט אויסגערופן א קריג אויף פוילן, די שטאט איז איינגענומען געווארן, און אנגעשלאסן געווארן צו דייטשלאנד. די פוילישע באפעלקערונג פארטריבן געווארן פון דער שטאט, און זייערע פארמעגענס רעקוויזירט געווארן דורך די דייטשן. נאך דעם נאצישער דייטשלאנד דורכפאל אין ענדע פון דער צווייטער וועלט קריג די שטאט איז אומגעקערט געווארן צו פוילן, און די דייטשע באפעלקערונג איז פארטריבן געווארן אין מזרח דייטשלאנד.

אין יאר 1956 אז פארגעקומען אין שטאט פיל פראטעסטן אנטקעקן די קאמוניסטישע הערשאפט אין מדינה. די פראטעסטן האבן געבראכט צו דעם רעזשים געלאסנקייט, אבער נישט צו זיין מפלה, און טייל פון זיי זיינען צעטריבן געווארן מיט קראפט. אין פארלויף פון יארן 60סטן און 70סטן, די שטאט איינקווארטירט א סאך אינטערנאציאנאלע יארמארקן.

קולטור

אין דער שטאט פויזן געפינען זיך מוזייען פון דעם 13טן און פון דעם 16טן יארהונדערט. אין דער שטאט א סאך שולעס פון דראמע, מוזיק, געשעפט, קערפער קולטור, און מייסטערווערק.

פויזן יינדטום

יידן האבן זיך באזעצט אין פויזן שוין אין דעם 13טן יארהונדערט, און האבן באקומען א פולע גלייכרעכטיקייטן. אין יאר 1600 די יידן זיינען געווען העלפט פון די שטאט איינוואוינערס. אין ענדע פון 16טן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן א יידעשע דרוקעריי אין שטאט. אין-1793, נאך דער אנשליסונג פון פויזן צו פרייסן, איז בטל געווארן די אלע רעכטן וואס די יידן האבן געהאט, אבער אין 19טן יארהונדערט די יידן פון דער שטאט האבן באקומען גלייכרעכטיקייטן צוזאמען מיט די אנדערע פרוסישע יידן.

פון די פראמינענטע רבנים פון דער שטאט, איז באקאנט דער גאון ר' נפתלי כ"ץ זצ"ל ארויסגעבער פון דעם ספר 'סמיכת חכמים', ער איז געווען אין די מיטעלע 1600 יארן, און שפעטער אין די פריע 1800 יארן, דער גאון ר' עקיבא איגר זצ"ל.

דער סמיכת חכמים ליגט באערדיקט אין סטאמבול, טערקיי, צוליב וואס אין די ענדע פון זיין לעבן האט ער געוואלט עולה זיין אויף ארץ ישראל אבער איז געשטארבן אויפן וועג אין טערקיי.

אין יאר 1939, ערב פון דער צווייטער וועלט קריג, האבן געוואוינט אין דער שטאט ארום 2,000 יידן. מערהייט פון זיי פארניכט געווארן אין חורבן אייראפע.

דרויסנדיקע לינקס