אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פארגעוואלדיגונג"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: te:మానభంగం
מ באט צוגעלייגט: uk:Зґвалтування
שורה 56: שורה 56:
[[tl:Panggagahasa]]
[[tl:Panggagahasa]]
[[tr:Irza geçme]]
[[tr:Irza geçme]]
[[uk:Зґвалтування]]
[[vi:Hiếp dâm]]
[[vi:Hiếp dâm]]
[[zh:强奸]]
[[zh:强奸]]

רעוויזיע ביי 21:55, 11 יאַנואַר 2009

רעיפ, איז דער אקט וואס א מאן צווינגט א פרוי אדער מיידל צו האבן סעקס מיט אים. אין די תורה הייסט דאס מאנס זיין.

רעיפ, איז די ערגסטע פארם פון סעקסואל באלעסטיגן.

היסטאריע

גאנץ אנהייב פון דער בריאה טרעפן מיר שוין אז מענער האט סעקסועל באלעסטיגט פרויען און מיידלעך, מיט וועלכע זיי האבן נישט חתונה געהאט. דאס נעמט ארויס דעם זכר פון זיין קאנטראל, און ער קען זיך נישט באהערשן און לאקערט איר נאך, און שלעפט איר אריין ערגעצוואו, און דארט פירט ער דורך זיין גרויליגע רעיפ אקט.

שטראף

אין די תורה געפינען מיר, אז אויב איינער האט מאנס געווען א מיידל וואס איז אלט ווייניגער ווי צוועלף און א האלב יאר, האט ער בלויז געדארפט געבן 50 שקלים פאר דעם טאטען און ער האט געמוזט חתונה האבן מיר איר, אלס אנטשעדיקונג וואס ער האט איר געפייניקט. די סיבה פון דעם איז ווייל אין יענע צייטן האבן די עלטערן חתונה געמאכט די טעכטער פאר וועם זיי האבן געהאלטן אז זי איז פאסיג, און די טאטע האט גענומען די קידושין געלט. אויב האט איינער מאנס געווען א מיידל האט קיינער מער נישט געוואלט איר פארהייראטן, דערפאר האט דער טאטע שאדן געהאט, און צוליב דעם דארף מען באצאלן געלט פארן טאטען פאר די שאדן וואס ער האט געהאט. ווידער די מיידל איז דאך נאך א קינד וואס ווייסט נישט וואס איז גוט אדער נישט, און וויבאלד קיין נארמאלן שידוך וועט זי שוין סיי ווי נישט קענען טאן, איז חתונה האבן מיט אים די בעסטע וועג אז זי זאל נישט באשמיצט ווערן און אז ס'זאל זיך אויסארבייטען פאר איר גוט.

ביי א פרוי אבער איז שוין נישט דא די שאדן פארן טאטען דערפאר דארף מען אים גארנישט צאלן, און וויבאלד דאס מערהייט פרויען זענען שוין געווען פארהייראט אויב זיי זענען מער פון 12 און האלב יאר אלט, רעדט דער תורה נישט דערוועגן.

ווען די תורה רעדט פון איינער וואס איז מאנס א פארשדכנטע מיידל, וואס דאן איז עס שוין אן איסור פון אשת איש וואס איז א חיוב פון סקילה (אין יענע צייטן פלעגט מען געבן קידושין פאר א פארשדכנטע פרוי) זאגט די תורה אז אויב איז דאס געווען א מאנס אזוי אז זי האט געשריגען און קיינער האט איר נישט געהאלפן, איז עס אזוי ווי איינער וואס טויט איר. אין אנדערע ווערטער, כאטש די שטראף פאר א פרוי וואס איז נישט פארהייראט איז א קליינע, פארדאמט דאס די תורה ווי א מערדעריי.

אין די מאדערענער (ווי אויך אין די תורה, כאטש די שטארף איז זייער א קליינע) וועלט איז דאס סעקסועל באלעסטיגן פארעכענט אלס גאר א שוידערלעכע טראמא און מ'דארף ווערן האספיטלאזירט פון פארשידענע פיזישע און פיסיכילאגישע ליידונגן. און דער רעפיסט ווערט גאר הארב באשטראפט, מיט א גאר לאנגע טורמע טערמין.