אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פארע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: fa:بخار
מ באט צוגעלייגט: lv:Tvaiks
שורה 26: שורה 26:
[[ko:수증기]]
[[ko:수증기]]
[[lt:Garai]]
[[lt:Garai]]
[[lv:Tvaiks]]
[[mr:बाष्प]]
[[mr:बाष्प]]
[[nl:Damp]]
[[nl:Damp]]

רעוויזיע ביי 06:15, 27 דעצעמבער 2008

וואסער וועפעכץ (פארע) ווערט געדעכט איבער א טעפל טיי אזוי ווי עס הייבט אן אפצוקילן.

אין פיזיקאלישער כעמיע, און אינזשעניריע, פארע באדייט געוועפט וואסער. זי איז א לויטערער אומזעאיגער גאז. ביים סטאנדארטן אטמאספערישן דרוק, לויטערע פארע (נישט געמישט מיט לופט, נאר אין גלייכוואג מיט פליסיגן וואסער) האט בערך 1,600 מאל דעם פארנעם פון פליסיגן וואסער. אין דער אטמאספערע, דער טיילווייזער דרוק פון וואסער איז אסאך נידעריגער פון 1 אטמ, במילא וואסער אלס גאז קען עקזיסטירן אין טעמפעראטורן אסאך נידעריגער פון 100º C (זעט וואסער וועפעכץ און פייכטקייט).

אין טאג טעגליכע רייד, באדייט פארע די ווייסקייט פון קאנדענסירן וואס מען זעט העכער פון קאכעדיג וואסער ווען דאס הייסע וועפעכץ ("פארע" לויט די וויסנשאפטלערס, ווי דערמאנט אויבן) מישט זיך מיט קילערער לופט. אין אמת'ן דער דאזיגער "נעפל" באשטייט פון קליינע טראפעלעך פליסיגן וואסער, און נישט וואסער אלס גאז, איז ער טעכניש גערעדט נישט פארע.אינעם שנאבל פון א קאכענדן קעסל, וואו ס'איז נישט דא קיין קאנדערסירט וואסער, זעט מען טאקע גארנישט אבער ער איז פיל מיט פארע!