אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:פוילישער"

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 228: שורה 228:


::כ'האב אויסגעמעקט די ווערטער פונעם קאטעגאריע בלאט. יעצט איז גוט? --<b>[[באנוצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 12:34, 7 דעצעמבער 2008 (UTC)
::כ'האב אויסגעמעקט די ווערטער פונעם קאטעגאריע בלאט. יעצט איז גוט? --<b>[[באנוצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 12:34, 7 דעצעמבער 2008 (UTC)
יישר כח --[[באַניצער:Israel.s|Israel.s]] 10:12, 8 דעצעמבער 2008 (UTC)

רעוויזיע ביי 10:12, 8 דעצעמבער 2008

ארכיוו פון באַניצער רעדן:פוילישער  
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער



א גיטן איך בין צוריק

--משגיח 03:35, 6 מארץ 2008 (UTC)

פשיבוזשע

פשיבוזשע געפינט זיך אין פּױלן לעבן דעם שטאט שטעטין. Timpul 10:53, 9 מארץ 2008 (UTC)

מיזרח אדער מזרח

וויפל איך דעגענק האסטו מיר אמאל מאיר געווען אז מען זאגט מיזרח. אויף יעדנס פאל לויטן פארווערטס זאגט מען מיזרח און א סך ווייניקער מזרח אפילו דער אלגמיינער זשורנאל שרייבט מיזרח מער ווי מזרח. טא טאמער מאך איך א טעות וועל איך צוריקדרייען. ►רוני◄ 20:26, 11 מארץ 2008 (UTC)

אין ייוו"א שריפט שרייבט מען טאקע מיזרח, אבער (1) כמעט אלע יידן וואס ליינען יידיש פארשטייען ווי אזוי צו ליינען מזרח (2) אז מען וועט פרעגן סתם א מענטש וואס רעדט יידיש וועט ער שרייבן מזרח, ווייל יעדער האט געזען א מזרח שילד (3) און פארוואס זאל מען נישט היטן דעם כלל צו שרייבן לשון קודש לויט זיינע כללים? אפשר זאל איך קוקן ווי אזוי "דער בלאט" שרייבט. --פוילישער 22:34, 11 מארץ 2008 (UTC)
ייוו"א איז נישט נאר א שריפט עס איז א וועלט פון יידיש. וויבאלד טאקע ס'דא הונדערטע ווערסיעס ווי אזוי מען רעדט יידיש האבן באזונדערע אנגענומענע איסטיטוציעס באשטימט א כלל שפראך וואס לערנט אונדז א אייניקע באשטימטע יידיש. אין שול האט מען געשריבן לשון קודש נישט יידיש און דער בלאט שרייבט א רעדנדיקע יידיש און נישט א רעגולערע יידיש. לאמיר נישט אריינגיין אין אלטע דיסקוסיעס, לאמיר עפנען א ווערטערבוך און זען, אויב איז מזרח גוט קען מען דאך שרייבן אזוי. ►רוני◄ 23:52, 11 מארץ 2008 (UTC)
  1. הארקאווי שרייבט מזרח אן א יוד.
  2. כאטש ייוו"א האט אוועקגעשטעלט א "כלל שפראך", דער כלל האט קיינמאל נישט אנגענומען זייערע תקנות. דער אמת'ע כלל שפראך איז אלעמאל געווען פוילישע יידיש.
  3. "דער בלאט" שרייבט א גאנץ ארנטלעכע יידיש (און איך בין זיכער אז טאמער ס'וואלט געווען אן אקספֿארד יידיש ווערטערבוך וואלט עס בארעכנט מיט אזא צייטונג.
  4. ס'איז אן אלטער כלל פון יידיש אז מען לייגט אויס לשון-קודש ווערטער אלס לשון-קודש, און איך פארשטיי נישט פארוואס ייוו"א האט אריינגעשטופט א יוד דא.
א דאנק! --פוילישער 08:46, 12 מארץ 2008 (UTC)
  1. הארקוואי איז עלטער ווי וויינרייך. געוויינליך איז ער נישט עפעס מער מאסגעבנד ווי וויינרייך.
  2. עס איז נישטא קיין כלל שפראך נישט פון ייווא (אינטערסאנט, דער רוני האט פארשפארט זיין כלל שפראך [1] אז דאס זאל מוזן צייגן אלס רידיירעקט צום ארטיקל ייווא. ער האט דאס געטאן קעגן די רוב פון אונזער קהילה). אבער אויך איז נישט שייך צו זאגן אז מיר האבן א כלל פון פון פוילן. דער כלל שפראך איז דאס וואס מ'נוצט, אז דו זאגסט עס קומט פון פוילן קען זיין. על כל פנים אין לנו אלא הכהן של ימי היינט צוטאגס איז דאס די וויליאמסבורגער אידיש וואס שטאמט פון אונגערן און אדאפטירט פון פוילן אביסעלע רוסיש אביסעלע און פיל פארענגלישט.
  3. דער בלאט איז א פאשקעווילישער קינדערישער שריפט. מיר רעכענען זיך נישט מיט זיי. דער איד איז מער ארגינעל און דער אלגעמיינער מיטן פארווערטס. אבער דער בלאט איז נישט קיין מכובדיגער ארגאן ער זאל זיין ווערד צו רעדן פון אים.
  4. אמת איבער דעם כלל פון לשון קודש אז מ'שרייבט דאס נישט ווי אידיש. אבער די אידישיסטן פון ייווא קענען דאך נישט קיין לשון קודש. דעריבער שרייבן זיי דאס מיט א יוד. אבער ווי געזאגט די אידישיסטן זענען היינט צוטאגס א פארגאנגעהייט. און דער רוני וויל דוקא מאכן די אידישע וויקיפעדיע חסידים-ריין נישט ווייל ער איז א אידישיסט. נאר גאר א פרא-חסיד וואס עס שטערט אים די פרייהייט און אפענקייט פון דעם פראיעקט. א דאנק--יודל 11:08, 12 מארץ 2008 (UTC)
צו יודל: מיר זעט אויך אויס מיזרח פרעמד און נאך פיל אזוינע ווערטער. אבער קטונתי. די וויקיפעדיע מוז גיין אונטער אן אקאדעמישע קאנטראלע וויפל ס'נאר שייך, חרדישע יידיש איז זייער באגרעניצט, יעדעס ווארט וואס זיי ניצן ווייניק ווערט פארענגליש אדער פארהעברעישט. זיי ניצן כמעט נישט סינאנים ווערטער און דאס וויבאלד זיי שרייבן נישט קיין סך ליטערארישע טעקסטן אויף יידיש נאר אויף לשון קודש. מן הסתם דיין אייניקל וועט דא פארבייטן א סך פון דיין יידיש צו ענגליש. ►רוני◄ 02:03, 14 מארץ 2008 (UTC)
וויקיפעדיע איז נישט געצוואונגען נאכצומאכן ייוו"א. דאס איז טאקע איין שיטה אבער מען דארף זיך בארעכענען דא מיט די תקנות געניצט אין אנדערע יידישע ביכער און צייטונגען. אזוי ווי מיר זענען אלע מסכים אז מיזרח זעט אויס מאדנע, און באמת'ן אסאך שרייבן מזרח, לאמיר מאכן א תקנה דא אויף וויקיפעדיע צו שרייבן "מזרח".
וועגן פארענגלישטער אדער פארהעבערעישטער יידיש, איך זע אז רוב חרדישע ביכער ניצן א גאנץ ארנטלעכע יידיש אן צו ברענגען פרעמדע ווערטער (אחוץ ווען דאס איס טאקע פאסיק). קוקט למשל אין די ביכער פון מנחם מנדל און נאך אנדערע. --פוילישער 14:59, 14 מארץ 2008 (UTC)

די טעכנישע ווערטער ליסטע

היי פוילישער, איך האב דיר נישט לאנג געשיקט אין דער בליצפאסט עפעס א ליסטע פון אלע טעכנישע ווערטער אויף יידיש, איך טרעף נישט די ליסטע ביי מיר, אפשר קענסטו מיר דאס שיקן? איך וועל דיר דאנקבאר זיין, א דאנק. ►רוני◄ 22:58, 14 מארץ 2008 (UTC)

גאווערנאר אדער גובערנאטאר

קודם א גרויסן דאנק פארן פאררעכטען מיינע ארטיקלן, איך בין דיר עכט דאנקבאר. איך וויל נאר אויסשמוסען צו עס מאכט סענס צו נוצן "גובערנאטאר" אדער "אדוואקאט גענעראל" ווען רוב באנוצער פון די אידישער שפראך ווייסן נישט וואס דאם מיינט און נוצן "גאווערנאר" און "אטוירני דזשענעראל", סעציפעל אז די פאסטענס זענען און אמעריקע און מען נוצט געווענדליך די ענגלישע נעמען.--טעכניקער 03:40, 16 מארץ 2008 (UTC)

איך הער וואס איר זאגט, אבער איך קוק אויף די ארטיקלען אין אנדערע שפראכן און כמעט אלע פארטייטשן די נעמען פון די אמטן אויף זייער שפראך. אפשר קען מען מאכן א ביסל א פשרה. אזוי ווי גובערנאטאר איז א גאנץ באקאנט ווארט אויף יידיש, און נאך דערצו אפילו די ענגלישע וויקיפעדיע שרייבט gubernatorial, זאל דאס בלייבן אזוי. וועגן אטארני גענעראל, מילא, לאז עס אויף ענגליש (אבער מען דארף אויך האבן א טייטש למשל אדוואקאט גענעראל אדער שטאַט פראקוראר, בכדי דער וואס פארשטייט נישט קיין ענגליש זאל וויסן וואס מען מיינט). א דאנק! --פוילישער 10:24, 16 מארץ 2008 (UTC)
איך בין מסכים מיט דיין פשרה. א גרויסן דאנק. --טעכניקער 19:31, 16 מארץ 2008 (UTC)

ביטע געבן צו פארשטיין פארוואס האסטו געמאכט דעם שינוי?

לעיסיק איז נישט ענגליש און נישט אידיש דאס איז דער נאמען פונעם פראדעצור. וואס איז פשט אין דיין [2] צו לאסיק מיט אן א אנטשטאט אן עי?--יודל 11:25, 27 מארץ 2008 (UTC)

ס'איז נישט קיין ווארט נאר א ר"ת אזוי ווי מען זעט קלאר אין דעם ארטיקל. --פוילישער 13:59, 30 מארץ 2008 (UTC)

ביטע הער אויף צו באוועגן ארטיקלן כנגד דעם דעת הקהל

קענסט זיך דורכרעדן און אפשר וועט רוני מיט דיר מיטשטימן אזויווי שטענדיק. אבער אן רעדן זיכער נישט דאס איז דא א שמועס אין רעדן בלאט אז מ'באוועגט נישט סאלאר צו זון. א זון איז אנדערעשט ווי אלע אנדערע פלאנעטן. דאס איז בלויז איינס. אמאליגער אידיש האט מען געמיינט אז אלע זיינען זונען. אבער היינט רופט מען איר שוין נישט זונען. אפשר האב איך א טעות ביטע ערקלערן דעם נאכאנאנדיגן עקשנות פון באוועגן דעם בלאט פון סאלאר סיסטעם צו זונען סיסטעם א גרויסן דאנק פון פאראויס.--יודל 11:30, 27 מארץ 2008 (UTC)

סאלאר איז נישט קיין ווארט אויף יידיש. solar איז טייטש "וואס איז נוגע דער זון" --פוילישער 17:18, 27 מארץ 2008 (UTC)
דו לייגסט אראפ קודם אן הנחה אז סאלאר איז נישט אידיש. און דערנאך מאכסטו אן אייגן תורהלא אז וויבאלד זון איז אידיש און סאלאר איז אויך מכוח דעם ווארט זון קענסטו טוישן יענעם'ס ארבייט און מאכן אן אייגן קעפל. איך וויל אבער וויסן צו דאס איז אייגענס צו דו האסט א מקור אויף דעם?--יודל 12:44, 30 מארץ 2008 (UTC)

לעיזער [שטראלן] איז לאזאר?

פון ווי נעמסטו דאס?--יודל 12:42, 30 מארץ 2008 (UTC)

וויינרייך שרייבט "לאזער". --פוילישער 14:13, 30 מארץ 2008 (UTC)

ביטע האלט איין די פאליסיס דא איבער פערזענליכע אטאקעס פארבאטן

געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


איר האט געשריבן: "אמאליגער אידיש האט מען געמיינט אז אלע זיינען זונען". פון וואנעט נעמט איר אזא נארישקייט? די זון סיסטעם איז די סיסטעם פון אלע פלאנעטן א.א.וו. וואס דרייען זיך ארום דער זון. --פוילישער 14:10, 30 מארץ 2008 (UTC)

א בקשה

לויט ווי עס זעט אויס פלאן איך צו נעמען אויף מיר א וואקאציע פון ארום 3 מאנאטן (ביז מיין עקזאמען) עס וואלט גוט געווען אויב דו וועסט קענען נעמען אויף זיך סיסאפ-רעכטן און באוואכן דער וויקיפעדיע. רעד מיט די העכערע אין IRC וועגן דעם. אויב דו קענסט, שרייב מיר אין מיין שמועס-בלאט אדער דא, א מעלדונג אויף ענגליש וואס זאגט אז איך נעם אויף מיר א וואקאציע און איך וועל דאס אויפקלעפן אין מיין באנוצער-בלאט. א דאנק. ►רוני◄ 17:53, 30 מארץ 2008 (UTC)

איך בין גרייט דאס אויפצונעמען, אבער די גאנצע וואך פון פסח וועל איך נישט זיין טעטיק דא. --פוילישער 22:47, 30 מארץ 2008 (UTC)
מיינט דאס אז דאס ביסל וואס איז נאך יא דא וועט גיין לטמיון? --משגיח 01:10, 31 מארץ 2008 (UTC)

וואס גייט לטמיון? מיין ארבעט געפעלט אייך נישט? --פוילישער 07:37, 31 מארץ 2008 (UTC)

פוילישער וועט זיין א בעסערער סיסאפ ווי איך (האפנדיק אז ער וועט זיך נישט אונטערגעבן צו לאזן אן הפקרותדיקע יידיש אויך נישט לטובת מער ארטיקלען) ►רוני◄ 07:54, 31 מארץ 2008 (UTC)

א דאנק, רוני, פאר'ן קאמפלימענט. --פוילישער 08:06, 31 מארץ 2008 (UTC)

מען דארף מאכן וואלן, זיי וועלן נישט מאכן א נייעם סיסאפ אן וואלן, פוילישער מאכן וואלן איך וועל שטימען פאר דיר. --טעכניקער 13:03, 31 מארץ 2008 (UTC)

מזל טוב

איך זע אז מען האט דיך באשטימט ווי א סיסאפ. זאל זיין מיט מזל! דערווייל, ווען וועלן מיר זוכה זיין צו זען קארעקטע וויקימעלדונגען? א שיינעם דאנק! ►רוני◄ 09:22, 15 אַפריל 2008 (UTC)

איך ארבעט אויף דעם. אויב דו האסט אין זינען געוויסע מעלדונגען זיי מודיע. --פוילישער 18:30, 16 אַפריל 2008 (UTC)
א הערצליכן מזל טוב זאל די גאנצע וועלט זעהן אז יש שכר לפעולתך. דו ביסט אנגעגאנגן איינער אליין'ס דא צו בארבייטן טאג און נאכט און מיר זענען דיך זייער דאנקבאר! בברכת צלח ורכב מחיל אל חיל--יודל 11:46, 15 אַפריל 2008 (UTC)
א דאנק פאר די גוטע וואונטשן. --פוילישער 18:30, 16 אַפריל 2008 (UTC)
מזל טוב, און א דאנק פארן העלפן אויפבויען די וויקיפעדיע --טעכניקער 04:25, 17 אַפריל 2008 (UTC)

ביטע פארעכטן די סייד באר אונטער נאוויגאציע מעניו

רוני און זיינע אנדערע ניקס האבן געוויילט נישט צו ערלאזן דא אויפבויען דעם וויקיפעדיע דורך ארויסברענגן די אקטועלע ארטיקלן - ממילא איז גלייך אויב איר קענט זיך אנשטרענגן אין עדיטען דעם מידיע מעסעדז פון די נאוויגאציע וואס פירט פון אלע בלעטער און צו אומ-עקסזיסטירענדער בלאט פון אקטועלע געשענישן. אויב דו בארבייטסט שוין דעם סיסטעם מעסעדזש ביטע מאך שוין עפעס א גוטער אידישער ווארט אויף דאונעיט מיר קענען נישט צולאזן אז אידיש זאל זיין אזוי ארים און נישט האבן קיין פאסיגער ווארט צו בעטן איינעם נדבות. א דאנק פון פארויס פאר דיין שווערע איבערמידלעכע ארבייט טראץ דעם וואס דו ביסט שוין עלה לגדולה.--יודל 15:34, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דאס איז לכאורה געווען צוליב א נייעם זייט-באר פון מעדיעוויקי. אצינד פארראכטן. --פוילישער 12:21, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע עפענען ארטיקלן וואס רוני האט סעמי-פארשפארטס

עס איז דא צוויי מינע פארשפארונגן איינס פאר באנוצער אן קיין ניקס אדער נייע ביז פיר טעג. און דערנאך איז דא גענצליכע פארשפארטע אפילו פון באנוצער וואס זענען דא דאס מערסטע אקטיוו. - די דאזיגע וואס רוני האט פארשפארט פון מיר און פון אלע אנדערע באנוצער בעט איך דיר נישט צו עפענען ווייל דיין שטיל-שווייגעניש בשעת ער האט דאס געטאן זאגט דאך אז דו שטימסט דאך מיט מיט זיין וואנדאליזם דא. אבער די דאזיגע פארשפארטע פאר די נייע באנוצער מוז זאפארט געפענט ווערן. למשל זעה היינט איז דעם ברך משה'ס יארצייט און זיינע חסדים קענען ווען צולייגן שיינע אינטערסאנטע פאקן פון זיין לעבן און וויבאלד מיר זענען דא געווען אויסגעשטעלט צו רוני'ס ווילדע אקטן איז דאס פארשפארט. ביטע עפענען די און אלע אנדערע פארשפארטע א דאנק.--יודל 16:49, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

איך דארף מעיין זיין. אנטשולדיגט וואס איך האב נאך נישט ערליידיגט. צווישן צייט קען מען שרייבן אויפן רעדן בלאט. --פוילישער 12:25, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

שלום עליכם כבוד הסיסאפ

נעכטן האט הער איינשטיין פארגעשלאגן א פארשלאג צו שרייבן טעכנאלאגישע טערמינען אף ענגליש מיט ענגלישע בוכשטאבן, כאטש וואס איך פערזענליך האלט אז מען דארף זיך צובינדן צו די יידישע אקאדעמיע אדער פראפעסארן, אבער פון צווייטן זייט נאך צוויי מיט א האלב יאר מיט אזוי פיל קריגעריי קען זיין אז דאס וועט זיין א שטיקל פשרה לאמיר הערן דיין פארשלאג און מיינונג. [3] ►רוני◄ 11:58, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ײש"כ פֿאַרן איבערטײַטשן די װיקימעלדונגען און פֿאַר דער װיקיפּעדיע:אריינפיר פּראָיעקט. ►רוני◄ 19:28, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
ס'איז נאך נישט פארטיק (הלוואי וואלט געווען א צווייטער וואס קען צוהעלפן) אבער איך האף אז דאס איז שוין ניצלעך. איך האב באמערקט פון די סטאטיסטיק אז אונזער וויקיפעדיע האט גאר אסאך באזוכערס וועגן דעם איז גוט מ'זאל האבן פאסיקע הילף בלעטער. --פוילישער 19:38, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
וואו קען מען זען די סטאטיסטיקס וועגן די באזוכער?--איינשטיין 21:37, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
דא עפעס מיר האבן צופיל רידיירעקטס :) ►רוני◄ 21:43, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
קוקט דא. די יידישע וויקיפעדיע אויף ראנג 85 מיט 32,679 באטרעפן א טאג. --פוילישער 22:17, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

האסטו געזען דיין אימעילס?

כ'האב דיר געאימעילד עפעס. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:02, 20 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע בלאקיר

ביטע בלאקיר דעם באנוצער דא א דאנק--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:38, 20 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

Spacebirdy האט עס שוין ערליידיגט. --פוילישער 13:52, 21 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
ביטע מעק אפ [4] דעם בלאט ווי שנעלער, און בלאקיר דעם באנוצער--טעכניקער 14:12, 21 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פארוואס ?

פאר וואס האסטו געמעקט די ארטיקעל : Joanna Angel ? --יודישער שרייבער 18:26, 5 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אזא ארטיקל פעלט נישט אויס דא. מען פרואווט צו בויען אן ענציקלאפעדיע, נישט קיין זומף פיל מיט דרעק. דער סאטמארער רב וואלט אוודאי נישט נאר גוזר תענית געווען אויף אזא שרייבונג, נאר געריסן קריעה אויך. דערווייל פעלן אויס דא הונדערטע וויכטיגע ארטיקלען. --פוילישער 18:43, 5 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]
רעג זיך נישט האלט זיך איין מיין פריינד, פארוואס פעלט עס נישט אויס דא ? ווי קומט דא אריין צו דער סאטמאר רב האט גוזר תענית געווען צו נישט, דאס איז צוויי באזונעדערע אינפארמאציע וואס געהער צו א פרייע אידישע איציליפעדיע, די ביזט נישט גערעכנט, Joanna Angel איז א סטאר און איז וואויל באקאנט איבאראל, חוץ ביי פרומע עהרליכע אידן נישט, אויב געפעלט דיר נישט דאס ארטיקעל איז דיין פלאץ נישט דא, די באלאנגסט ענדערש אין דאס אידישער וועלט זיי האבן דארט א מיינונג אזוי:

יעדער ארטיקל מוז געשריבן ווערן אדרעסירט צו די פרינציפן פונעם חרדיש'ען אידיש'ן ציבור, און אויפן חרדי'שען געשמאק. (אפי' עניני חול קענען און מעגן פארבינדעט ווערן צו אידישקייט). אויב טאר מען נישט שרייבן אזעלכע ארטיקלען, דאן איז דאס אידישער וועלט סאך א ריינערע און שענענער וועב זייטן וואו דאס.--יודישער שרייבער 20:18, 5 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אויף א נארמאלער צורה. א געוועזענע ארטאדאקס וואס איז געווארן א סעקס-סימבאל קען זיין אינטרעסאנט אין א יידישע וויקיפעדיע. איך האלט מען זאל נאך ניט אויסמעקן ביז מיר וועלן הערן יעדנס איינעם מיינונג. ►רוני◄ 22:06, 5 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]


Comment

זייט אזוי גוט, פאסט אויף אז דער קאמפיוטער באט זאל נישט אריינשטעלן אינטערוויקיס אין אנהייב פון דער ליסטע. א דאנק. --פוילישער 19:13, 2 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]

I am sorry, I do not understand. -- Cat chi? 14:20, 12 יוני 2008 (UTC)[ענטפֿער]

Translation request

The translation request
Hi! Could I ask you to translate the article which you can find below into Yiddish? Please help me to show our language to the world – the article is quite short and has been selected from English and Silesian article and shortened as possible to contain only the basic informations. If you would finish, please, make me know on my Silesian or Polish discussion. Thanks in advance.
PS. If you want me to translate any article into Polish or Silesian, contact me without hesistation.
So, here’s the text to translation:

The Silesian language (Silesian: ślůnsko godka, ślůnski, sometimes also pů našymu) is a language spoken by people in the Upper Silesia region in Poland, but also in Czech Republic and Germany. In 2002 about 56 000 declared Silesian as their native language, but the number of speakers is estimated on 1 250 000.

Silesian is closely related to Polish language, that’s why it is considered as a dialect of Polish by some linguistics.

Alphabet

There’s not one Silesian alphabet. The Silesian speakers are used to write their language with the Polish characters. In 2006 was invented the new Silesian alphabet, based on all of the Silesian scripts (there’s 10 of them). It is widely used on the Internet, as well as in the Silesian Wikipedia.

Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž

And some digraphs: Ch Dz Dź Dž.

External links

Thank you once again, Timpul 10:08, 16 יולי 2008 (UTC)[ענטפֿער]

Thank you! Greetings from Poland! Timpul 13:15, 16 יולי 2008 (UTC)[ענטפֿער]

Hi, I saw you asked how do we say "mother tongue" in Silesian (you wrote it on my archive discussion page that's why I haven't seen an orange frame with yuo have new messages"). It's uojčysto godka (lit. father-language :D) Greetngs, Timpul 16:59, 9 אױגוסט 2008 (UTC)

פארריכטן די הויפט זייט

האסט זייער שיין געענדערט די הויפט זייט, אבער דער לינקער אייבערשטער קעסטל גייט אראפ א שורה. אויב דו קענסט דאס פאררעכטן וועט דאס זיין א וויכטיקן תועלת, ווייל אין דעם בלאט גייען אריין די מערסטע באזוכער. א דאנק. ►רוני◄ 10:00, 13 אױגוסט 2008 (UTC)

איך בין געווען אין וואקאציע און נאר יעצט צוריקגעקומען. דו האסט רעכט אז די צוויי קעסטעלעך זענען נישט גלייך, כ'מוז מברר זיין וויאזוי מ'קען דאס פאררעכטן. --פוילישער 08:29, 28 אױגוסט 2008 (UTC)
איך וועל פרובירן העלפן. אגב פארוואס האסטו פארדרייט פון דער צו די אין מיין פריערדיקער מעלדונג? זאגט מען דען ניט "דער"? ►רוני◄ 16:10, 28 אױגוסט 2008 (UTC)
די הויפט זייט (ווייבלעך) איז פארראכטן. --פוילישער 18:04, 28 אױגוסט 2008 (UTC)
אבער עס איז דאטיוו, דארף דאך קומען "דער". ►רוני◄ 20:53, 28 אױגוסט 2008 (UTC)
דאס איז ביי מיר א חידוש אז "ענדערן" גייט מיטן דאטיוו! --פוילישער 06:14, 29 אױגוסט 2008 (UTC)
וואס איז דער כלל? וועלכע ווערטער גייען נישט מיט דאטיוו? א דאנק. ►רוני◄ 00:19, 31 אױגוסט 2008 (UTC)
רוב ווערבן גייען מיטן אקוזאטיוו. --פוילישער 00:21, 31 אױגוסט 2008 (UTC)
ווי קען איך וויסן? איז דא אף דעם א כלל? ►רוני◄ 00:30, 31 אױגוסט 2008 (UTC)

ס'איז דא כללים אבער ס'איז אויך דא אויסנאמען. למשל:

געבן ווען מען גיט א מענטש א זאך, איז די זאך אקוזאטיוו און דער מענטש דאטיוו, ווייל מען גיט די זאך צו דעם מענטש.
שיקן איך שיק דיר (דאטיוו) א גאלדענעם זייגער (אקוזאטיוו)
שרײַבן ער שיקט זײַן חבר (דאטיוו) א בריוו (אקוזאטיוו)

נאך ווערבן וואס גייען מיטן דאטיוו: גלייבן, דערציילן, ווײַזן, זאגן, טעלעפֿאנירן, ענטפֿערן (רשימה גענומען פון כ"ץ דף 77)

אבער לערנען און פֿרעגן גייען מיטן אקוזאטיוו אחוץ ווען מען ניצט א פרעפאזיציע.

מ'דארף דאס ארײַנלייגן אין יידיש גראמאטיק. --פוילישער 00:48, 31 אױגוסט 2008 (UTC)

א שיינעם דאנק. יעצט זע איך מיין טעות. מיר רעדן דא ניט פון א רעכטע זייט צי א לינקע זייט, נאר וועגן א זאך וואס הייסט זייט. דאס האט מיך צעטומלט. כל טוב. ►רוני◄ 00:51, 31 אױגוסט 2008 (UTC)

יאאא! האסט פארראכטן די הויפט-זייט! געװאַלדיק :). ►רוני◄ 05:38, 31 אױגוסט 2008 (UTC)

בנוגע דאטעס

איך מיין אז אויף יידיש איז ריכטיקער צו שרייבן למשל יאנואר 1 איידער 1 יאנואר. וואס האלטסטו? ►רוני◄ 15:43, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

מהיכא תיתי? דו האסט אליין באמערקט אז מען שרייבט "דעם 1טן אפריל" מיטן טאג פארן חודש! --פוילישער 17:50, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אזוי ווייס איך, אפשר מאך איך א טעות. ►רוני◄ 17:53, 18 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פאריכטונג

יישר כח אויף דיין פאריכטונגען אין דעם ארטיקל בערדיטשעוו.

דרך אגב: וואס איר האט געמועסט פריער איז אזוי: מ'שרייב 1 יאנואר און נישט פארקערט.
איך קען זאגן אזוי דער ערשטער יאנואר איך האב געגעסן אדער אין דעם ערשטן (1טן) יאנואר איך האב געגעסן.
--Israel.s 15:53, 26 אָקטאָבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אוודאי. אזוי שרייבט מען נארמאלעווייזע—"דעם ערשטן יאנואר". --פוילישער 16:04, 26 אָקטאָבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

הויפט זייט

איך וויל וויסן: א ווי אזוי מ'מעקט אויס א בלאט סיי אין וויקיפעדיע און סיי אין ביבליאטעק.
ב ווי אזוי קען איך בייטן זאכן אין דען ערשטן בלאט פון ביבליאטעק? איך האב געפרעגט דארטן אבער קיינער ענפערט מיר נישט. ענפער מיר אין מיין באנוצער רעדן --Israel.s 19:07, 2 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך האב געוואלט אויסמעקן א בלאט מיט א פאר וואך צוריק, יעצט געפין איך נישט דאס בלאט. דאס איז געווען א בלאט פון דעם אלטן ארטיקל אויף בערדיטשעוו, וואס איינער האט נאר געשריבן א ביסל, און דער טיטל איז געווען דאך זיך מיר בארדיצ'ב אדער ברדיצ'ב.

אין וויטעקסט אויף לשון הקודש איך האב א רשות אויסצומעקן בלעטער, פארוואס דא נישט.

און איך וויל וויסן פארוואס א סאך קנעפלען (דאך זיך מיר ס'הייסט אויף יידיש קלאווישן, אויף ענגליש ווייס איך נישט) ארבעטן נישט אין וויקיביבליאטעק? איך מיין ווען איך שרייב דיך יעצט ס'דא אויבן קנעפלעך צו מאכן א ווארט דיק, אדער לינקן. און אויכעט, פעלן דארטן קנעפלעך.

קאטעגאריע

א. אין קאַטעגאָריע סיפּורי מעשיות עס איז דא צוויי מאל "הקדמה אויף טייטש" מ'דארף אויסמעקן איינעם.
ב. איך האב געמאכט אויף ספר עיקבתא דמשיחא קאטעגאריעס, אבער ס'איז נישט ארויס גוט, גיב א קוק, און פאריכט דאס. און זיי מיר מסביר ווי שאפט מען קאטעגאריעס. --Israel.s 18:50, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)

יהואש

עס איז דא א טייטש פון "יהואש" אויף דעם גאנצן תנ"ך. אין דעם לינק
יהואש
למעשה איז שוין אריבע 70 יאר פון וואנען יהואשן איז געשטארבן. אויב אזוי נישטא שוין קיין קאפירייט אויף דעם טעקסט אליין. די שאלה איז צי זיי האבן צוגעלייט א זאך וואס נישט גיווען אין דעם אריגינעל ספר.
און אפילו זיי האבן צוגעלייגט א זאך, קען זיין אז די זאך איז א קלייניקייט און ס'גיט נישט אויף דעם קיין קאפירייט. און אויכעט מ'קען אויסמעקן וואס זיי האבן געלייגט און נישט הנאה האבן פון דעם.
סידא א מענטש וואס ער איז געווען פון די מענטשן וואס האבן זיך באשעפטיקט אין צו שרייבן "יהואש" ער וואוינט אין אמעריקע, צי קענסטו טלעפאנירן און רעדן מיט אים. זיין טעלעפאן איז 905-871-1098. זיין נאמען איז ראָבערט --Israel.s 19:09, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איר קענט מיט אים רעדן אליין! וואס זאל איך אים פרעגן? --פוילישער 19:57, 4 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך פארשעם זיך אביסל. מ'דארף אים פרעגן צי זיי האבן אפגישריבן דעם טעקסט פון יהואש נאר ווארט ביי ווארט, אדער זיי האבן צוגעלייגט עפעס צו דעם. אויב דער ענטפער איז פאזיטיוו, פרעג אים וואס פונקט זיי האבן צוגעלייגט? יישר כח --Israel.s 10:11, 5 נאוועמבער 2008 (UTC)
איך גיי שרייבן לענארד פראגער'ן. ער וועט זיכער וויסן. --פוילישער 13:04, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)
דער נפקא מינא איז אזוי: איך וויל אריינלייגן דעם גאנצן טייטש פון תנ"ך אין וויקיביבליאטעק. איין זייט לשון הקודש, און אין דער צווייטער זייט יידיש.
דאס ועט געבן א גרויסער שוואונג צו וויקיביבליאטעק. אויב נישטא קיין ברירה איך וועל אליין טייטשן דעם תנ"ך. בלא נדר.

נילוס

יישר כח אויף דיינע פאריכטונגען. איך לערן פון דיר אסאך יידיש.
וואס איז מיט יהואש טייטש? אויב דו ווילסט נישט צו טעלעפאנירן זאג מיר. --Israel.s 11:47, 7 נאוועמבער 2008 (UTC)

משניות אויף יידיש

עס איז דא משניות אויף יידיש אין דעם לינק [משניות] דער שאלה איז אויב עס איז דא קאפירייט אויף די משניות.
אויב נישט צי קען איך לייגן דאס אין ביבליאטעק און שרייבן אונטן: די קאפירייט איז לויט די תנאים וואס שטייט אין דעם אויבנדערמאנטע וועבסייט. --77.125.119.200 13:47, 1 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
א שיינע זאך! אבער ס'איז ערשט פארעפנטליכט אין 1955, ד.ה. ס'איז נאך געשיצט דורך קאפירעכט. איך גלייב נישט אז מען מעג דאס אריינלייגן אין וויקיביבליאטעק, אבער מען קען לייגן א פארבינדונג (לינק). --פוילישער 20:26, 1 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אויסמעקן

ווי אזוי מעק איך אויס בלעטער, איך וויל אויסמעקן רעדאגירטע בלעטער אין וויקיביליטאק, וואס איך האב רעדאגירט.

בכדי אויסצומעקן בלעטער דארפט איר האבן סיסאפ רעכטן. טוט זיך ווענדן צו דעם ביוראקראט פון וויקיביבליאטעק. --פוילישער 14:29, 3 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

א הילף

ביטע גיי אריין אין קאטעגאריעס אין וויקיביליאטעק, און גיב א קוק אין ספרי חסידות קאטעגאריע. דערשיינט דארטן נאך א מאל ספרי חסידות, איך האב געפרוווט אויסמעקן, און עס גייט נישט מיר אזוי גוט.
כ'האב אויסגעמעקט די ווערטער פונעם קאטעגאריע בלאט. יעצט איז גוט? --פוילישער 12:34, 7 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כח --Israel.s 10:12, 8 דעצעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]