אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעקסטאגיקע מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: uk:Шестиденна війна
מ באט צוגעלייגט: dv:ހަދުވަހުގެ ހަނގުރާމަ
שורה 27: שורה 27:
[[cy:Rhyfel Chwe Diwrnod]]
[[cy:Rhyfel Chwe Diwrnod]]
[[da:Seksdageskrigen]]
[[da:Seksdageskrigen]]
[[dv:ހަދުވަހުގެ ހަނގުރާމަ]]
[[eo:Sestaga milito]]
[[eo:Sestaga milito]]
[[es:Guerra de los Seis Días]]
[[es:Guerra de los Seis Días]]

רעוויזיע ביי 23:52, 25 אויגוסט 2008

צה"ל באלד נאכן אייננעמען דעם הר הבית

די זעקסטאגיקע מלחמה (העברעיש: מלחמת ששת הימים) איז געווען דער קריג צווישן ישראל קעגן מצרים, יארדאניע, סיריע מיט הילף פֿון איראק. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן כ"ז סיון ה'תשכ"ז (יולי 5, 1967) און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט ישראל געזיגט. ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: סיני, עזה ראיאן, רמת הגולן, יהודה ושומרון (מערבֿדיקן ברעג פון פאלעסטינע) און מזרח־ירושלים.

ביי דער מלחמה האט משה דיין געדינט ווי דער זיכערהייטס מיניסטער נאך וואס דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט אים געמוסט שענקען די שטעלע (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין די ראטן פארבאנד.

די אורזאכן צו דער מלחמה

די קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט גהערשט צווישן ישראל מיט די אראבישע מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם טייך ירדן. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס נאסער (פרעזידענט פון מצרים) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן ישראל.

דער איינפלוס פון דער קריג ביז היינט

ביז היינט עקזיסטירט אין ישראל א טיפע מחלוקת וועגן דער מלחמה, ווייל די לינקע באטראכטן די רעזולטאטן פון דער מלחמה ווי דעם מקור פון אלע פראבלעמען צווישן ישראל מיט די אראבישע לענדער און שטעלט אין סכנה די עצם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל. און זיי האלטן אז ישראל דארף מאכן שלום לויט די דעלעגאציע פון דער אראבישער ליגע לויטן יסוד פונעם סאודישן פלאן.

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא