אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעפארם יידנטום"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 17: שורה 17:
* האלטן לעגאל צו פארשן און געבן קריטיק אויף דער אידישער תורה און מסורת.
* האלטן לעגאל צו פארשן און געבן קריטיק אויף דער אידישער תורה און מסורת.


[[קאַטעגאָריע:אידישע שטרעמונגען]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]


[[en:Reform Judaism]]
[[en:Reform Judaism]]

רעוויזיע ביי 10:43, 12 אויגוסט 2008

Israelitischer Tempel Poolstraße in Hamburg

רעפארם־אידענטום איז א אידישער רעליגיעזער שטרעמונג וואס איז גאר מאדערן געשטימט אין פאַרגלייך צו ארטאדאקס־אידנטום.

ביי די ארטאדאקסן ווערן נישט די רעפארמער פֿארעכנט אלס א אידישע רעליגיע. אָרטאָדאָקסישע אידן האבן געפירט קאמפן קעגן זיי אמאל ווער עס זאל פארטרעטן אלגעמיינער אידישקייט.

היסטאריע

די שטרעמונג האט זיך אנטוויקלט אין דייטשלאנד אין סוף דאס 18טע י"ה, פון דארט איז דאס אריבער צו מערב אייראפע און נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען א סך אידן האבן עמיגרירט צו די פאראייניקטע שטאטן איז דאס אויך דארט שטארק אריין. (די אסימילאציע איז זייער גרויס ביי זיי.)

אין יענע תקופה האבן די אידן באקומען אין אייראפע עמאנציפּאַציע (גלייכרעכטיקייט), וואס צוליב דעם האט זיך געעפנט פאר זיי דער אפציע פון זיך אסימילירן מיט די גויים. אזעלכע האבן אויסגעקליבן זיך אינגאנצן אריינמישן אין די גוישע וועלט, און אזעלכע האבן אויסגעקליבן צו בלייבן אין דערמיט, וואס פון זיי האט זיך אנטוויקלט דער רעפארם שטרעמונג. איר צוועק איז געווען צו איינהאלטן טאטאלע אסימילאציע. זיי האבן געטוישט מנהגים און תפילות צו אדאפטירן די מאדערענע פיראכצער.

אזוי ארום האט זיך אנטוויקילט די שטרעמונג פון אמאל וואס זיי האבן געוואלט זיך גלייכן צו רעליגיעזע קריסטן צו היינט וואס זייער שטרעבונג איז זיך דערווייטערן פון רעליגיע און זיין ווי מער פריי.[פֿעלט אַ מקור]

רעפארם פרינציפטן

צווישן זייערע הויפט פרינציפטן:

  • א איד דארף זיך אויספורמען לויט דער אידישער מסורת צוזאמען מיט די מאדערנע וועלטקוק וואס גלייבט אין גלייכרעכטיקייט און אין סאציאליסטישע רעכטונגען.
  • די פערזענליכקייט פון א איד איז וויכטיקער פון די אידישע מצוות און מסורת, און יעדער פערזענליך קען זיך אויסקלייבן וועלכע מצוות אפהיטן און וועלכע ניט, אויב בכלל.
  • האלטן לעגאל צו פארשן און געבן קריטיק אויף דער אידישער תורה און מסורת.