אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אומאפהענגיקייט מלחמה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מ בוט: קישור לערך מומלץ עבור he:מלחמת העצמאות
שורה 15: שורה 15:


[[en:1948 Arab-Israeli War]]
[[en:1948 Arab-Israeli War]]
[[he:מלחמת העצמאות]]
[[he:מלחמת העצמאות]] {{Link FA|he}}
[[de:Arabisch-Israelischer Krieg von 1948]]
[[de:Arabisch-Israelischer Krieg von 1948]]
[[ar:حرب 1948]]
[[ar:حرب 1948]]

רעוויזיע ביי 18:41, 23 יולי 2008

די אומאָפּהענגיקע־מלחמה (אויף העברעיש: "מלחמת העצמאות", "מלחמת השחרור"' אדער "מלחמת הקוממיות") איז די מלחמה וואס איז געווען צווישן די פאלעסטינער מיט די יידן אין ארץ ישראל גלייך נאך וואס דער יו ען האט באשלאסן מען זאל אויפשטעלן א יידישע און אראבישע מדינה אין ארץ ישראל כ"ט בנובמבר, ט"ז כסליו ה'תש"ח (1947). די אראבער וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, זיינען באלד ארויס א מלחמה קעגן די יידן. אין די ערשטע 4 מאנאטן איז די מלחמה געווען מער ווי א בירגער קריג ווען די אראבער האבן באלעגערט קליינע יישובין און געמאכט דארט טעראר. אבער שפעטער האבן די יידן זיך צוביסלאך אנגעגרייט א מסודרדיקע מיליטער, און ארויס מלחמה קעגן די פאלעסטינער. די מלחמה האט צום סוף צוגעבריינגט זעלבשטענדיקייט פאר מדינת ישראל און די אראבער זיינען געבליבן אָן גארניט (אפילו ניט וואס דער יו־ען האט זיי געוואלט געבן).

צו די זייט פון די אראבער האבן זיך מיטגעטיילט נאך אראבישע לענדער: מצרים, סיריע, יארדאניע, איראק, לבנון און די אראבישע באפרייאונג ארמיי פון קאוקדזשי.

די מלחמה האט זיך געעענדיקט אָפֿיציעל כ"ג תמוז ה'תש"ט (יולי 20, 1949) ווען דער יו־ען האט אונטערגעשריבן דעם וואפנשטילשטאַנד־אפמאַך מיט סיריע, אבער די שלאכט האט זיך שוין געענדיקט טבת ה'תש"ט.

אין דעם 11טן מײַ 1949 (י"ב אייר, ה'תש"ט) איז ישׂראל אָנגענומען געוואָרן ווי דער 59סטער מדינה־מיטגליד אין דער "יו־ען". די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געווען דאָס ערשטע לאַנד, וואָס האָט אָנערקענט מדינת־ישׂראל, 11 מינוט נאָך איר פּראָקלאַמירונג. צוויי טעג שפּעטער, איז ישׂראל אויך אָנערקענט געוואָרן דורך דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

עליות

נאך די מלחמה זיינען הונדערטער טויזנטער יידישע פליטים (צונויפגעלאפענע), איבערלעבענע פון די שואה, געמאכט עלייה צו מדינת ישראל.



  1. ווייטערפירן מוסטער:רא