אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאלענדאר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: mdf:Ковгярькссь
מ באט צוגעלייגט: ml:കലണ്ടര്‍
שורה 114: שורה 114:
[[mdf:Ковгярькссь]]
[[mdf:Ковгярькссь]]
[[mi:Maramataka]]
[[mi:Maramataka]]
[[ml:കലണ്ടര്‍]]
[[ms:Takwim]]
[[ms:Takwim]]
[[myv:Ковкерькс]]
[[myv:Ковкерькс]]

רעוויזיע ביי 09:18, 7 יוני 2008

קאַלענדאַר איז א סיסטעם צו ארגינירן טעג געווענליך אין א פארם פון מאנאטן און יארן.

  • די ווארט וועט אויך געניצט פאר א סיסטעם פון פלאנירטע צייטן ווי די קאלענדאר פון א געריכט (Court Calendar).
  • א קאלענדאר איז געווענליך ארגאניזירט קעגן אן אסטראנאמישע סיסטעם.
  • א קאלענדאר איז אויך א זאך וואס האט אויף זיך פארשריבן די טעג, די זענען געווענליך פארבינדן איינס יאר אין א באנד.

קאלענדאר סיסטעם

א קאלענדער איז געווענליך באזירט אויף א דרויסענדיגער מחזור, ווי למשל די זון. עס איז זייער אפט וואס א קאלענדער איז געבויט אויף צוויי סיסטעםס, ווי למשל די היינטיגע אלגעמיינע קאלענדאר איז געבויעט אויף סיי די זון און די זיבען טעג פון די וואך.

פאלגענד איז א ליסטע פון די קאלענדאר סיסטעםס:

  • א לבנה קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די לבנה. די יידישע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א זון קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די פיר צייטן פון די יאר און איז דערפאר קעגן די וועג פון די זון, די אלגעמיינע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א צופעליגער קאלענדאר, א וואך איז א צופעליגער לוח ווייל עס האט נישט קיין דרויסענדיגער סבה.
  • עס איז אויך דא א קאלענדאר וואס חזרט זיך נישט איבער, נאר איז איין גלייכע צייט פון טעג, ווי די יוליען טאג וואס ציילט וויפול טאג עס איז אדורך פון א געוויסע צייט.

לבנה קאלענדאר

א לבנה קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז באזירט אויף די מחזור פון א לבנה ווי אפט עס באנייעט זיך. פאר יעדע מאל וואס עס באנייעט זיך מאכט מען א נייע מאנאט. דאס האט א פראבלעם אז נאך עטליכע יאר פארוקט זיך דאס פון די צייטן פון די וועטערס, דערפאר זענען דא קאלענדארס וואס לייגען צו א מאנאט יעדע פאר יאר אז ס'זאל זיך נישט פאררוקען. א לבנה קאלענדאר איז אבער יא גוט פאר אויסרעכענען די צייט פון די הויכע וואלען יעדע טאג (טיידס). דער אידישער לוח איז ארגיניזירט לויט די לבנה. און לייגט צו א מאנאט אז די וועטער זאל זיך נישט פאררוקען קעגן די מאנאטן.

זון קאלענדאר

א זון קאלענדאר איז געבויעט אויף די פיר סעזאנען פון די יאר, וואס דאס גיבט איינדרוק אז עס גייט קעגן די זון, דערפאר רופט מען דאס א זון קאלענדאר. דער גריגאריאן קאלענדאר וואס איז היינט באניצט אלס דער אלגעמיינער קאלענדאר איז ארגיניזירט לויט די זון.

קאלענדאר צוטיילונגען

א קאלענדאר איז אלעמאל צוטיילט אין קלענערע טיילן און האט געווענליך אין זיך:

  1. טעג
  2. וואכן
  3. מאנאטן
  4. יארן

צוליב די פאקט אז קאלענדערס זענען אפעהענגיק אין אנדערע זאכן (ווי די זון) דארף מען אסאך יארן צולייגן א טאג צו א מאנאט.

אנדערע סארטן קאלענדארס

עס זענען דא קאלענדארס וואס ווערן אנגערופען אומגעפארטיגטע קאלענדערס, ווי די אלטע קאלענדארס וואס האבן נישט געהאט קיין וועג פון אנרופען די טעג פון די 3 מאנאטן פון ווינטער, נאר פלעגן דאס רופען ווינטער. די אידישער לוח איז א געפארטיגטע קאלענדאר וויבאלד עס האט א נאמען פאר יעדע טאג פון די יאר, ווי ג' אייר.

געשעהעניש, טעאראטישער, און געמישטע קאלענדארס

עס זענען דא אזעלכע קאלענדארס וואס זענען געבויט אויף זאכן וואס געשעהן און ווען דאס פארסירט, ווי למשל די אלטע אידישער לוח ווען עס איז גאגענגען דורך די סנהדרין אין ירושלים איז געווען געבויעט אויף די נייע לבנה ווען מען האט דאס געזען. די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז עס איז זייער פינקטלעך, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס אויך זייער שווער צו וויסען ווען א גוויסע טאג וועט אויסקומען.

א טעאראטישע קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז געבויט אויף רעכענונגען וואס איז באוואוסט. ווי די היינטיגע אידישער לוח וואס איז געבויעט אויף די רעכענונג פון די זון און לבנה, די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז מען וויסט פון פאראויס ווען א געוויסע טאג גייט זיין, די חסרון איז אז אויב א מהלך אויף וואס די קאלענדאר איז געבויט טוישט זיך, דאן ווערט די קאלענדער אויס פינקטלעך.

א געמישטע קאלענדאר ניצט ביידע, סיי די געשעניש, און סיי די טעאריע רעכענונג אויף וואס די קאלענדאר איז באזירט, די גריגאריאן קאלענדאר איז אזא קאלענדאר ווייל מען האט דאס געטוישט פון די יוליען קאלענדאר צו די גריגאריאן קאלענדאר ווען מען האט באמערקט אז די וועג פון די זון איז אנדערש.

באניץ

דער עיקר באניץ פון א קאלענדאר איז צו האבן טעג באשריבן אין א וועג וואס עס מאכט דאס גרינג צו ניצן אויף צו פלאנירן פון פאראויס. און צו פארשרייבן זאכן וואס געשעהן. אויך איז א קאלענדאר זייער וויכטיג אין סאציאלע זאכן, צו וויסען ווער עס איז עלטער, רעליגיעזע זאכן צו וויסען ווען א יום טוב איז, און פאר ביזנעס, צו וויסען צו איבער א געוויסע צייט מאכט מען געלט, און ווען צו צאלן שטייערן.

היינטיגע באניצטע קאלענדעארס

אויך אין ערטער ווי עס איז דא א געווענליך באניצטע קאלענדאר קען זיין אז עס זאל זיין נאך א קאלענדאר ווי למשל פאר ביזנעס איז דא א פיסקאל קאלענדאר.

דערויסענדע לינקן

די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')

מוסטער:חדשים לועזיים