אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 165753 פון רוני (רעדן)
שורה 73: שורה 73:
* [http://www.leagueforyiddish.org/ishi.html אויפן שוועל]
* [http://www.leagueforyiddish.org/ishi.html אויפן שוועל]
* [http://203.15.102.140/elg/567ee797-a81a-4d42-9f4b-0da58a9d9f63.mp3 יידיש הערבאר פראגראם פון SBS ראדיא פון די שילער פונעם בית הספר הר הצופים]
* [http://203.15.102.140/elg/567ee797-a81a-4d42-9f4b-0da58a9d9f63.mp3 יידיש הערבאר פראגראם פון SBS ראדיא פון די שילער פונעם בית הספר הר הצופים]
{{אידיש שפראך וועבסייטס}}


[[קאטעגאריע:יידיש|*]]
[[קאטעגאריע:יידיש|*]]

רעוויזיע ביי 09:55, 5 מײַ 2008

יידיש.

ייִדיש (ארויסרעד: Yidish אָפֿט גערופֿן מאַמע לשון) איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט דורך 1.5 מיליאָן מענטשן [1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿון אַשכנזישן אָפּשטאַם.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-קריג האָבן אַרום 11 מיליאָן ייִדן גערעדט ייִדיש אַלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָגס רעדן ייִדיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז ייִדיש די ערשטע שפּראַך.

די ייִדישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), וואָס פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז ייִדיש קומט פֿון דייטשיש). 85% פֿון ווערטער אין ייִדיש קומט פֿון דייטשע אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.[פֿעלט אַ מקור]

ייִדיש איז אַ גלות שפראַך, עס טוישט זיך און עס איז מושפע געווארן פֿון אַנדערע פֿאַרשידענע שפּראַכן ווי פֿון לשון קודש און אַראַמיש, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף ייִדיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: ”גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא”

תקופות פון דער שפראך

די יידישע שפראך באשטייט פון 3 גרונד-תקופות:

  1. אלטיידיש - פון 1000 ביז 1400 יארהונדערט.
  2. מיטל יידיש - פון 1400 ביז 1800 יארהונדערט.
  3. מאדערן יידיש - זינט 1800 יארהונדערט.

היינט צוטאגס

היינט צוטאגס רעדן יידיש אין אמעריקע, מאמע שפראך, איבערהויפט די פרומע חסידישע קרייזן.

וואו נאך רעדט מען יידיש? ישראל, אוקריינע, רוסלאנד, ענגלאנד, בעלגיע, אבער דאס רוב זענען חרדישע אידן וואס וואוינען בעיקר אין אמעריקע, אין ישראל.

כאטש וואס היינט הערט זיך יידיש אלס גאר אן אלט מאדישע שפראך, אבער אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנע קולטור (ליטעראטור, פארשטעלונגען, דיכטונגען, טעאטער און נאך).

דיאלעקטן

אין יידיש איז דא צוויי הויפט דיאלעקטן. פון מזרח אייראפע שטאמט די ליטווישע יידיש, און פון מערב אייראפע. היינטיגע כלל אידיש איז געשטעלט אויף די ליטווישע יידיש.[פֿעלט אַ מקור]

שרייבן יידיש

יידיש איז אלעמאל געשריבן געווארן אין לשון-קודש אותיות (א"ב), אזוי ווי לאדינא און אנדערע שפראכן פון יידן, פשוט ווייל דאס איז געווען די איינציגע שריפט וואס יידן האבן געקענט. לעצטנס האבן אנגעהויבן צו לערנען יידיש מענטשן וואס קענען נישט קיין א"ב. אחוץ דעם, די ערשטע קאמפיוטערס האבן נישט געהאט קיין מעגלעכקייט צו ווייזן א", נאר דעם רוימישן אלפאבעט. צוליב דעם האט די ייוו"א ערפינדן א סיסטעם פון ראמאניזאציע, ד.ה. אויסלייגן יידיש אויף גלח'שיע שריפט. רוב יידיש רעדערס אין די היינטיגע טעג זענען פרומע יידן וואס זענען נישט באקאנט מיט ייוו"א ראמאניזאציע און שרייבן און ליינען יידיש אין יידישע אותיות כימי עולם וכשנים קדמוניות.

די יידישע וויקיפעדיע פירט זיך אויפן פרינציפ פון ניצן נאר א"ב און נישט קיין ראמאניזאציע פון יידיש.


צייטונגען און זשורנאלן

זעהט אויכט:

רעפערענצן

  1. פּארווערטס
  2. Yiddish, Eastern

דרויסנדיקע לינקן